האד' מסאטמאר אריינגענומען דעם ערב שבת אין שפיטאל צוליב חששות אין מצב בריאותו; טעסטס ב"ה ארויס פאזיטיוו
- Bechatzros admin
- 10 באוג׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 10 באוג׳
זונטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

צוליב א לייכטע חשש דעם פארלאפענעם פרייטאג נאכמיטאג אויפן מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האלט זיך אויף די יעצטיגער זומער חדשים אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, איז דער רבי - אויפן ראט פונעם פערזענליכע לייב דאקטער - דורכגעגאנגען א רייע טעסטס אין די עלענוויל שפיטאל אין די קאנטרי בערג. אינעם דערנעבנדיגער סאטמארער קעמפ, מחנה יהודה אין נעפאנעק האט מען אינצווישן איינגערישט אלע צרכי שבת אין פאל דער רבי שליט"א וועט זיין שבת אינעם געגענט, בחסדי שמים זענען די טעסטס צוריקגעקומען גוט און דער רבי שליט"א איז הארט פארן זמן ארויסגעפארן אין איילעניש מיט א פאליצייאישע קאראוואן לביתו נאוה קודש אין מחנה דברי יואל.
דעם שבת איז געוועהן א שטילע שבת אין קעמפ היות די בחורים זענען אהיימגעפארן אויף שבת, דער רבי שליט"א וועלכער איז נאך געוועהן היבש אפגעשוואכט און האט געוויזן לייכטע סימפטאמען האט מיטגעהאלטן אלע תפילות, געדאווענט פארן עמוד און געזאגט תורה ביי שלש סעודות ווי יעדער וואך.
חסידי סאטמאר בתוך כלל ישראן זענען מתפלל און האפן צום אייבערשטן אז דער רבי שליט"א, מרן יקותיאל יהודה בן פעסיל לאה זאל קומען צוריק צו די כוחות אינגיכן, יתחדש ויתחזק בבריות גופא ונהורא מעליא.







תגובות