top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קורצן באזוך פון האד' מוויז'ניץ אין שטאט מאנסי | בילדער גאלעריע

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 6 באוג׳ 2024
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

ree

ווי ברייט באריכטעט איז כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק וואו די רבי האט געוויילט אויף דעם שבת פ' מטו"מ בצל גיסו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. אין לויף די די קורצע ימי הביקור האט די רבי שליט"א געהאט די אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ישכר בער איילענדער הי"ו. זונטאג באנאכט ליל ראש חודש האט זיך די רבי שליט"א געוואשן צו א סעודת ראש חודש בבית האכסניא אויף א פריוואטער פארנעם אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך, סביב לשלחנו וואו איז צונויפגעשמועסט געווארן שיינע ענינים אין זכרונות פון אמאל.


פריער אין טאג האט די רבי מנחם אבל געוועהן ביי די קינדער פון הרה"ח ר' יעקב יוסף גוטוויין ע"ה מחשובי חסידי וויז'ניץ מאנסי וואס איז אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו אין יונגן עלטער פון בלויז 45 יאהר איבערלאזנדיג נאך זיך א קינדער געבענטשטע שטוב מיט יתומים, די רבי שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן א לענגערע וויילע בבית האבלים זייענדיג מחזק די די בני המשפחה מיט טרעפליכע דברי אמונה ובטחון.


נעכטן ראש חודש האט די רבי שליט"א געדאווענט שחרית בבית מדרשו אין מאנסי וואו עס האבן מיטגעדאווענט די חסידים תושבי המקום, די תלמידי הישיבה לצעירים און ילדי תשב"ר. נאכן דאווענען האבן באזוכט ביים וויזניצער רבי'ן שליט"א אין די אכסניא די תלמידי ישיבת זיו התורה אין מאנסי, וואו די רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש והדרכה פאר די בחורים און פארטיילט מזונות.


אין לויף פונעם טאג האט די רבי באזוכט בבתי אדמור"ים אין שטאט מאנסי, ערשטנס האט די רבי באזוכט ביים פלאמעניק כ"ק אדמו"ר מראחמיסטירווקא מאנסי שליט"א, וואו די רבי האט אפגעגעבן מזל טוב לכבוד עטליכע שמחות במעונו פונעם ראחמיסטריווקא רבי'ן, און עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס איבער די בראשית יאהרן אין שיכון סקווירא וואס די וויז'ניצער רבי האט בייגעוואוינט אלס בחור, די רבי'ס האבן טועם געוועהן פירות און די וויז'ניצער רבי האט איבערגעלאזט ווארימע ברכות, הצלחה און סייעתא דשמיא מיטן הנהגת העדה הקדושה. פון דארט איז די רבי שליט"א צוגעפארן אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, וואו די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט איבער די קשר פון די סקולענער רבי'ס לדורותיהם צו די צדיקים לבית וויז'ניץ, און די סקולענער רבי פון מאנסי האט מזכיר געוועהן אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א לרפואה שלימה. מען האט דאן געזינגען א סקולענער ניגון און די רבי'ס האבן געטרינקען לחיים. שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א געוועהן אויף א באזוך ביים שוואגער הגה"צ רבי חיים פייוויל שנעבאלג אבד"ק אברכים מאנסי.


באנאכט איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג צוריק צום מקום הנופש אין שווייץ, עס איז ספעציעל ארויסגעקומען צום לופטפעלד הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א - בשליחות הקודש, מיט וועם די רבי האט זיך געזעגענט און ווידער באדאנקט אויף די ווארימע אויפנאמע און אכסניא איבער שבת אין שיכון סקווירא.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page