top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בישטינא: האד' מקרעטשניף י-ם פוקד געוועהן מנוחת קדשו פון הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין די מסוגל'דיגע ניין טעג

  • Bechatzros admin
  • 29 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 29 ביולי

דינסטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

כמידי שנה בשנה איז כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א ארויסגעפארן קיין בישטינא אוקריינע מתפלל צו זיין אויפן ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין די מסוגל'דיגע ניין טעג. זונטאג באנאכט האט דער רבי פארלאזט דעם מקום הנופש אין סאנט אנטאן עסטרייך אין באגלייטונג פון א ענגע קרייז מקורבים און משמשים בקודש. מען איז אפגעפלויגן צום לופטפעלד אין קלוזש - ראמעניע פון וואו דער רבי איז אריינגעפארן דעם וועג קיין בישטינא - אריבער די גרעניץ אין אוקריינע.


אונטערוועגנס האט מען זיך אפגעשטעלט אין שטעטל קרעטשניף וואו דער רבי האט פוקד געוועהן קברי אבותיו הרה"ק רבי מאיר מקרעטשניף זי"ע און זקינו הגה"צ רבי צבי הירש ריינמאן זצ"ל אבד"ק קרעטשניף.


מאנטאג אינדערפרי האט דער רבי דערגרייכט בישטינא וואו די ראשי הכנסת אורחים אין שפיץ פון העסקן הר"ר יוסף בארד הי"ו האבן מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן. דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און דערנאך געדאווענט שחרית אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים שע"י הציון הק'.


נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף צום ציון הק' וואו מען האט געזאגט ספר רביעי אין תהילים. דער רבי שליט"א האט געדינט אלס שליח ציבור און אויסגעלאזט די מזמורים מיט גרויס התעוררות, נאכגעפאלגט מיטן יהי רצון און שלש עשרה מידות. שפעט נאכמיטאג האט דער רבי פארלאזט בישטינא צום לופטפעלד אין בודאפעסט אויפן וועג אהיים קיין ארצינו הקדושה.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page