top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בהוראת הקודש פון האד' מגור איז מען מקדים אלול זמן אין אלע גערער ישיבות

מיטוואך פ' דברים - א' אב תשפ"ג | קול בחצרות


בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז געווארן איבערגעגעבן פאר די הנהלת המתיבתות אין די ישיבות הקדושות דחסידי גור אין ארץ ישראל די הוראת הקודש צו פארקערצערן די בין הזמנים אין מקדים זיין דעם אלול זמן פריער ווי געווענדליך.


לויטן פלאן וועלן זיך די טויזענטער בחורי חמד תלמידי הישיבות הקדושות - וועלעכע ציילן זיך כהיום ביי איבער 5000 בחורים בליע''ה - זיך צוריקקערן צו די ישיבות נאך בין הזמנים, נאך אין חודש אב. דאס יאר איז באשטימט געווארן דער דאטום אויף כ"ו אב, וועלכע קומט אויס זונטאג פרשת שופטים. אין אנדערע נייעס טוען נאך חצרות און חסידישע ישיבות באטראכטן די מעגליכקייט אנצוהייבן דעם אלול זמן נאך אין חודש אב צו פארמיידן ביטול תורה אין די לאנגע בין הזמנים. באזונדער האט דער גערער רבי שליט"א געהייסן איבערגעבן די הוראת הקודש פאר די בחורי החסידות אז דורכאויס די ימי בין הזמנים דארף א בחור לערנען לכל הפחות 3 שעה חק ולא יעבור.

Comments


bottom of page