זכרון קדוש: הילולא קדישא פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע הי"ד בצל נכדו ממשיך דרכו האד' מבאבוב
- Bechatzros admin
- 31 ביולי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 31 ביולי
דאנערשטאג פ' דברים • ו' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בהתעוררות רב איז געפראוועט געווארן די יומא קדישא פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי״ע הי״ד, בצל הקדש פון נכדו וממשיך דרכו בקודש כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א
דינסטאג פארנאכטס איז דער רב שליט״א ערשינען אין בית המדרש הגדול און געדאווענט מנחה. צום עמוד איז צוגעגאנגען בנו הרב יחזקאל הלברשטאם שליט"א. דערנאך האט דער רב שליט״א מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד היום אינאיינעם מיטן סיום מסכת ערכין במסגרת חבורת קנין תורה, וואס איז געלערנט געווארן דורכאויס די לעצטע חדשים דורך חסידי באבוב איבער די גארער וועלט.
הרה״ג ר׳ דוד היימפעלד שליט"א מגי״ש אין די חבורה האט געמאכט די סיום, און דער רב שליט״א האט אנגעהויבן מסכת בבא בתרא.
מהאט געזונגען עטליכע ניגונים וואס זענען נתחבר געווארן דורכן בעל ההילולא, און דער רב האט מכבד געווען מיט די ניגונים אייניקלעך פונעם קדושת ציון, צווישן זיי הרבני הנגיד ר׳ האשי הערצקא. צווישן די אידן ביים טיש האט זיך אנגעזעהן דער זקן חסידי באבוב, הרה״ח הישיש ר׳ הערשל מעלצער פון די געציילטע אידן וואס האבן נאך זוכה געווען להסתופף במחיצת הקודש פון בעל ההילולא איבער 85 יאר צוריק.
דער רב האט משמיע געווען אמרי קודש לרגל די הילולא ממשנתו פון בעל ההילולא, און א שמועס חיזוק וועגן קביעת עתים לתורה לרגל סיום המסכת אין חבורת קנין תורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מיטן בענטשן איז נתכבד געווארן הרה״צ ר׳ שלום אליעזר ליפשיץ שליט"א, אייניקל פון בעל ההילולא.
ביים טיש האבן זיך געזען צווישן אנדערע: הגה״צ אב״ד טשאקאווא-קערעסטיר, אב״ד קארוב, אב״ד טשענסקאוויץ, אב״ד חוסט, אב״ד מאקאווא ב״פ, אב״ד אוהעל, אב״ד איגוד אברכים פלעטבוש, דומ״ץ בעלז, און נאך.




















תגובות