גרויס פרייד מיט'ן אנפאנגען צווייטע פאזע פון "קרית דושינסקיא" אין הר יונה אונטער'ן נשיאות פון האד' מדושינסקיא
- Bechatzros admin
- לפני 5 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני 4 ימים
מאנטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די בשורה טובה צווישן תלמידי וחסידי דושינסקיא אז פאריגע וואך האט מען מיט סייעתא דשמיא ענדליך אנגעפאנגען און אריינגעטראטן אינעם צווייטן פאזע פון דעם שטעטל "קרית דושינסקיא" אין שטאט הר יונה.
דער פרישער פראיעקט וועט אנטהאלטן פרישע צענדליגער ביליגע דירות פאר אברכי ק"ק דושינסקיא, אין צוגאב צו די ביז איצטיגע געוואלדיגע הצלחה פון די ערשטע פאזע וואס אנטהאלט שוין ארום 120 דירות.
ווי באוואוסט, הערשט היינט צו טאג א דירות קריזיס, אין די גרעסערע שטעט אין ארץ ישראל, און בפרט אין ירושלים און אין בני ברק, דערנאך וואס די פרייזן פאר דירות זענען דראסטיש געשטיגן.
מיט אט דעם ציל האט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א געגרינדעט דער "קרית דושינסקיא" אין הר יונה, וואס איז שוין באוואוינט מיט ארום הונדערט און צוואנציג יונגעלייט, וואס האבן זיך אין חודש חשון תשפ"ד אריינגעצויגן אין די נייע דירות אינעם נייעם פראיעקט אין שטאט. באלד ווי דער שטעטל האט זיך אנטוויקלט איז געקומען די הוראה פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א צו בויען מוסדות התורה והחינוך, כוללים פאר די אברכים, א תלמוד תורה און א בית חינוך לבנות אלעס על טהרת הקודש, ווען דער גולת הכותרת איז דער צענטראלער בנין פון די קהילה וואס וועט אנטהאלטן אין זיך א ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט שטיבלעך, א מקוה טהרה, חתונה זאל און אלע אַַנדערע געברויכן וואס פעלט זיך אויס פאר א קהילה.
ווי געזאגט, איז מען פאריגע וואך וואך אריינגעשפרונגען אינעם צווייטן פאזע פונעם גרויסן פראיעקט, וואס איז אין צוגאב צו די נחשונים וואס האבן שוין געקויפט דירות און וואוינען שוין היינט בהרחבה אינעם נייעם געגענט "קרית דושינסקיא" אין הר יונה, וואו מ'וועט אוועק שטעלן א יסוד איתן פאר די הייליגע קהילה און די מוסדות התורה והחינוך לשם ולתפארת.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
Comments