top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבן הפינה פאר'ן נייעם בנין בית רחל ד'סאטמאר אויף פארק עוועניו וועט געגאסן ווערן ביים גראנדיעזן מעמד הודאה כ"א כסלו

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פרשת וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

די הערצער פון תלמידי וחסידי סאטמאר טוען אויפצאפלען פון פרייד, הערנדיג די בשורה טובה ומרנינה, אז דעם קומענדיגן כ"א כסלו ביים פרייליכן מעמד ההודאה אינעם גיגאנטישן קראונהייטס ארמארי, וועט ווידערמאל געגאסן ווערן אן ״אבן הפינה״ פאר א פרישע מעכטיגע געביידע, א ״מגדל עז״ פאר׳ן עתיד המוסדות בדרך בעל הנס הרה"ק מסאטמאר זי"ע.


בהאי שעתא, ווען מקהלות רבבות תלמידיו וחסידיו זענען ביינאזאם בפונדק אחד, וועט מען האבן די זכי׳ מיטצולעבן ווי ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש, כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בעל קול יהודה וועט גיסן דעם אבן הפינה פאר׳ן נייעם ריזיגן ׳בנין בית רחל ד'סאטמאר׳ וואס וועט אי״ה אויפגעבויט ווערן אויף פארק עוועניו, אין צענטער פון ניי-וויליאמסבורג, היתה לראש פינה.


מיט געציילטע יאר צוריק, האט די הנהלת המוסדות אפגעקויפט א ריזיגן שטח פון כמעט צוועלף טויזנט סקווער-פיס אויף פארק עוועניו, אבער די ״זאונינג״ איז נאך דאן נישט געווען הונדערט פראצענטיג אזוי ווי ס׳וואלט זיך געפאדערט צו קענען בויען צום מאקסימום. די הנהלת המוסדות האט דאן זיך אריינגעווארפן אין דעם פראצעדור, און מיט די נוטיגע שתדלנות פאראויסגעשטופט די ״ריזאונינג״, צו טוישן די בוי-געזעצן פון דער גאנצער אומגעגענט, וואס ערמעגליכט ארויפצוציען א העכערן בנין.


אצינד, איז ב״ה ערהאלטן געווארן די גוטע בשורה, אז די ריזאונינג איז אריבער אין די סיטי אינסטאנצן, און מ׳וועט אי״ה קענען אויסניצן דעם שטח צום מאקסימום בעזר ה׳ הטוב, קענענדיג אויפבויען דערויף א בנין אדיר ומגדול.


לויט ווי ס׳ווערט באריכטעט דורך דעם פרישן וועד 'קרן הבנין' ווערט געפלאנט א בנין מפואר פון גאנצע ׳זיבן שטאק׳, זייענדיג דער העכסטער בנין המוסדות אין וויליאמסבורג, וואס וועט אנטהאלטן אומגעפער פערציג קלאס-צימערן, מיט אפיסעס, עס-זאלן, ברייטע קארידארן, און אלע אנדערע צוגעהערן. די הנהלת המוסדות מיט די חברי הועד זיצן מיט ארכיטעקטן און ספעיס-פלענינג מומחים, צו פאראויסטראגן די פלענער צו די ״בילדינג פערמיטן״ פארן אנהויב פון די פאקטישע בוי-ארבעט.


ובהאי יומא דקא גרים, האט די הנהלת המוסדות באשלאסן אפצורעכטן דעם מעמד יציקת אבן הפינה ביי דער סעודת הודאה כ"א כסלו, במעמד אלופי אלפי תלמידים וחסידים, וביניהם טויזנטער הורי המוסדות, זקני התלמידים והתלמידות, וואו מען וועט זוכה זיין מיטצוהאלטן ווי דער רבי שליט"א גיסט דעם אבן הפינה, און צעמענטירט דעם בית קדוש אשר גדול יהי׳ כבודה.

תגובות


bottom of page