פייערליכע שמחת החתונה בחצרות תולדות אברהם יצחק - סאסוב - גארליץ - שידלובצא | ברייטע דעקונג
- בחצרות הקודש
- 17 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' משפטים • י"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שוקי לרר
אין דער שטאט בני ברק איז נעכטן זונטאג געפראוועט געווארן די גרויסע רבישע חתונה בחצרות סאסוב - תולדות אברהם יצחק - גארליץ - שידלובצא, בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה החתן זוהן פון הגה''צ רבי חיים מרדכי טייטלבוים אבד"ק סאסוב ביתר בן כ''ק האדמו''ר מסאסוב שליט''א וחתן הגה"צ רבי אהרן קאהן ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי מתתי' הלברשטאם זון פון כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א.
די שמחה האט זיך שוין אנגעהויבן ביים שבת עלייה לתורה די וואך שבת פרשת יתרו בצל הקודש פונעם זיידן כ''ק האדמו''ר מסאסוב שליט''א אין קרית ישמח משה, אויף שבת זענען געקומען צו פארן די זיידעס כ''ק האדמו''ר מגארליץ שליט"א, און הגה"צ ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק שליט"א, וואו די אדמור''ים שליט''א האבן אינאיינעם אפגעראכטן די שולחנות הטהורים בצוותא חדא לרגל די שבת של שמחה.
די חתונה איז פארגעקומען ווי געזאגט - נעכטן זינטאג אינעם גרויסן אודיטוריום אין שטאט בני ברק במקהלות עם רב חסידים ואנשי מעשה ובראשם אדמור''ים שליט"א ורבנים קרובי המשפחה.
ביים מעמד החופה אויפן גרויסן באדן פונעם זאל, איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די גרויסער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א. קריאת הכתובה די פעטער הגה''צ רבי משה טייטלבוים דומ''ץ סאטמאר ירושלים. ברכות ראשונות די זיידע כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, ברכה אחריתא די זיידע כ''ק האדמו''ר משידלובצא שליט''א. נאכן חופה האבן זיך די זיידע'ס האדמור''ים שליט''א ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
נאכן חופה האט כ''ק האדמו''ר מסאסוב שליט''א געדאווענט מעריב אין סאסובער ביהמ"ד אין בני ברק און דערנאך זענען די חסידים דורך וואונטשן מזל טוב.
צום באשטימטער צייט זענען די זיידעס האדמור''ים שליט''א ערשינען צום סעודת החתונה ווערנדיג ענטפאנגען בקול רינה ותודה און זיך געוואשן צום סעודת החתונה. דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן בראש המסובים די פעטער'ס האדמור''ים מתולדות אהרן, סערט וויזניץ, קרעטשניף, קאסוב וויזניץ, קאלאשיץ. און האדמורי"ם מפיטסבורג, קרעטשניף קרית גת, לעלוב, לעלוב ירושלים, ביטשקוב, ביאלא פשיסחא, אב"ד סקולען בני ברק, אבד"ק קרית באבוב בת ים, אב"ד צאנז טשאקאווא, אב"ד מאקאווא אשדוד.
א קורצע צייט פארן בענטשן האט מען מקבל געווען פני קדשו פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכע האט טועם געווען פון די מאכלים, געטרינקען לחיים און אנגעוונטשן מברכות קדשו לכל הקהל הקודש, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק שליט"א, די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די פעטער כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, נאכן בענטשן האט מען צוגעטרעטן צו די ריקודין קדישין פון די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און ארום איינס דרייסיג אויפדערנאכט האט זיך געשלאסן געהויבענע שמחה.






























































Comments