top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ו'ניס'לח לכל עדת: מנהג ישראל פון באווארפן וועט נמשך ווערן אין ביהמ"ד הגדול בעלזא מיט 'ניס זעקלעך'; בלויז 20 פער חתן

  • Bechatzros admin
  • 3 ביולי
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 3 ביולי

דאנערשטאג פ' חוקת • ז' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

אן אייגנארטיגע מודעה איז נארוואס ארויסגעהאנגען געווארן מטעם הנהלת ביהמ"ד הגדול דבעלזא אין ירושלים, איבער א נייעם סדר ביי די באווארפנס אז מ'וועט מער נישט ווארפן קיין "פעקלעך" נאר אנשטאט וועט מען ווארפן בלויז 20 פעקלעך מיט ניס, און דערמיט עלימינירן דעם שטופעניש און גערודער וואס פלעגט זיין דורך די הונדערטער קינדער וואס האבן זיך געשטופט צו כאפן פעקלעך פון די עזרת נשים, און שטעלט זיך ארויס צו זיין א שטער צו קענען גוט מיטהאלטן די קריאת התורה.


אין די לעצטערע יארן האט זיך דער פראבלעם שטארק געהעכערט, אין ליכט פון די ריבוי השמחות בליעה"ר, ווען עס קומען שוין היינט פאר אין דורכשניט יעדן שבת ארום 10-15 באווארפנס, און דאס שאפט שטארקע מהומות במשך די גאנצע ליינען, און וויפיל מ'האט שוין פרובירט שטיל צו מאכן און האלטן די קינדער אין די ראמען, האט דאס נישט געהאלפן, און מ'זעט כסדר ווי ס'טוט פערזענליך שטערן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ווען עס איז דא א געפילדער פון די קינדער, און הייסט כסדר זיין שטיל.


אצינד איז עפ"י הסכמתו והחלטתו פונעם רב שליט"א געמאלדן געווארן אז מ'גייט נישט ווארפן קיין "פעקלעך", נאר ביי יעדן חתן וועט מען אראפווארפן פון די עזרת נשים נישט מער ווי א גאר געצוימטע סכום פון "צוואנציג זעקלעך" מיט "ניס", אזוי ווי ס'איז געווען דער אריגינעלער מנהג מקדמת דנא, צו באווארפן דעם חתן מיט ניס.


בשעת'ן ווארפן וועלן די קינדער נישט זיין אין ביהמ"ד, נאר וועלן זיך געפינען אונטער'ן אויפזיכט פון די חברת "מפי עוללים", וואו מ'וועט פאר זיי פארטיילן פעקלעך און מיני ממתקים.


דער נייער סדר וועט שוין איינגעפירט ווערן אויף דעם שבת פר' חקת, לשביעת רצון פון די אלפי החסידים און בעלי שמחה צוגלייך.


Comentarios


bottom of page