top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע המרומם 'יחידי סגולה' פאר תומכי מוסדות ראחמיסטריווקא דאס יאהר אין שטאט קיעלץ - פוילין

דינסטאג פ' לך לך • ט' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


די קומענדיגע וואך וועט זיך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א ארויסלאזן אויף א געהויבענע נסיעה ממעון קדשו אין ירושלים עיר הקודש, אינאיינעם מיט איבער הונדערט נגידים ותומכי המוסדות, וואו מען וועט פוקד זיין די מקומות הקדושים אין אייראפע להיפקד בדבר ישועה ורחמים.


די געהויבענע מסע הקודש יחידי סגולה וועט זיך אנהייבן קומענדיגע וואך מיטוואך, ווען די תומכי המוסדות וואס רופן זיך אן מיט פינף און צוואנציג טויזענט דאללער און העכער, וועלן האבן די זכיה צו פארברענגען געהויבענע טעג אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א אין א העכערע אטמאספערע.


מיטוואך פרשת וירא וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן אין וועג קיין פוילין, און צופארן צום שטאט קיעלץ, מקום מנוחת הקודש פון הרה"ק רבי מרדכי מקוזמיר זי"ע, א זון פונעם הייליגן טריסקער מגיד זי"ע, וואו די סקווירא הויף האט אויפגעבויעט א הערליכע אוהל און הכנסת אורחים. דארט אין קיעלץ וועט דער רבי זיך אויפהאלטן במשך די ימי הנסיעה, און אין א רייכע האטעל אין די געגנט וועלן איינשטיין די העכער הונדערט תומכים און פראווענען א געהויבענע שבת בצילא דמהימנותא עילאה אין שפיץ פונעם רבי'ן.


טראץ די שווערע מלחמה אומשטענדן האט דער ראחמיסטריווקא רבי שליט"א נישט געוואלט אפשטופן די נסיעה אויף א אנדערע געלעגנהייט, נישט וועלנדיג ברענגען שאדן פאר די קופת המוסדות. נאך שבת וועט דער רבי זיך צוריקקערן אהיים קיין ירושלים עיר הקודש.

bottom of page