מוצאי שבת פ' וירא • כ' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס התרגשות האבן חסידי וויזניץ וויליאמסבורג אויפגענימען די פרייליכע נייעס אז כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ וויליאמסבורג שליט''א וועט אין א היסטארישע שריט פראווען אן ערשטמאליגער שבת במקום שהתפללו אבותיו אין שיכון וויז'ניץ אין בני ברק, אינאיינעם מיט שאר בשרו מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א. די וויזניצער רבי שליט"א פון וומסב"ג גרייט זיך אין די טעג אונטערצונעמען א גרויסארטיגער מסע הקודש קיין ארץ ישראל, לרגל די חתונה פון אן אייניקל, בת לחתנו הרה"צ ר' לייבוש טווערסקי שליט"א בן כ''ק האדמו''ר מטשערנאביל שליט"א וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן חודש כסלו אין בני ברק. לויטן ארגינעלער פלאן האט די רבי שליט"א געזאלט ארויספארן צו די חתונה אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים, אריינגערעכנט די פילע תלמידי הישיבות הקדושות פון בלומינגראוו און וויליאמסבורג וועלכע גרייטן זיך שוין לענגערע חדשים בהכנה דרבה מיט לימוד שעות רצופות צו דעם געהויבענע נסיעה, אין מיטהאלטן דעם היסטארישן שבת פ' ויצא אין אתרא קדישא מירון. על פי פקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט''א איז אבער אפגערופן געווארן דער געפלאנטער נסיעה אין ליכט פונעם אנגעצויגענעם מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל. מיט פארשידענע אלטערנאטיווע פלענער פאר יענעם שבת ויצא - בלויז צוויי טעג בעפאר די גרויסע חתונה, מאנטאג וישלח, איז באשלאסן געווארן אז די רבי שליט''א וועט אויפן פערזענליכן איינלאדינונג פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פראווען דעם שבת במלא הדרו אין בית מדרש הגדול בית וויז'ניץ אין שיכון וויז'ניץ בני ברק אויף א ברודערליכן פארנעם בשבת אחים גם יחד אינאיינעם מיט שאר בשרו מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א. ווי באקאנט הערשט אן אויסנאמליכע ברודערליכע פריינטשאפט צווישן די צוויי מנהיגי העדות לבית וויז'ניץ, א ידידות וואס גייט שוין צוריק איבער פופציג יאר, ווען די רבי'ס האבן זיך אינאיינעם געווייקט ביים זיידן הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זצ"ל, לערנענדיג אין די ישיבה אין שיכון וויז'ניץ. היינט זענען די רבי'ס שוין מחותנים אויך און האלטן מיט שמחות אינאיינעם. ווי חסידי וויזניץ זענען מעיד אויף די געוואלדיגע הערצה כמים פנים אל פנים וואס די צוויי רבי'ס האבן איינער צום צווייטן, אין זאגן כסדר איבער דברי תורה און געדאנקען איינער פון אנדערן. די פארגאנגענע וואך ווען מרן אדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א האט זיך דערוויסט איבער די פלענער פון רבי'ן צו קומען קיין ארץ ישראל, האט זיך די רבי פערזענליך פארבינדן מיטן ווזיניצער רבי'ן פון וויליאמסבורג און איהם פארבעטן צו קומען פראווען און פארברענגען דעם שבת אינאיינעם, אויפן שטייגער פונעם זיידן די אמרי חיים צו וועם ביידע זענען אזוי אדוק ומקושר, די וויז'ניצער רבי פון וויליאמסבורג האט אנגענימען די הזמנה אין אויסגעדריקט זיין התרגשות זיך צו טרעפן אינאיינעם מיטן היימישן עולם אין שיכון וויז'ניץ אין זיינע יוגענט חברים מיט וועמען ער האט געלערנט אין ישיבה. די נייעס טוט אויפברעגנען נאסטאלגישע זכרונות ביי וויז'ניצער חסידים פון די לעכטיגע שבתים וואס זענען געפראוועט געווארן אינאיינעם דורך האחים הקדושים די 'ישועות משה' און די 'תורת מרדכי' בימי קדם. און אין די קמענדיגע טעג וועט ארויסגעשטעלט ווערן די ענדגילטיגע פלענער פון ביידע וויזניצע הויפן אלעס ארום דעם היסטארישן שבת.
Comentarios