top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ ערווארטעט אויף קורצע באזוך קומענדיגע וואך בעיר הבירה לאנדאן

פרייטאג פ' בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

דעם קומענדיג זונטאג וועט כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אונטערנעמען א קורצע בליץ באזוך קיין עיר הבירה לאנדאן צו באשיינען עטליכע שמחות ביי די חסידים, די רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל דעם זונטאג קרח אינדערפרי, באנאכט וועט די רבי שליט"א באשיינען די חתונה פון החתן א זוהן פון העסקן הרה"ח ר' גדליה דוד גרינבערגער הי"ו פון מאנטריאל, זוהן פון הגה"צ רבי ישראל גרינבערגער אבד"ק וויז'ניץ אלעד. א נאכט דערויף מאנטאג קומט פאר די חתונה פון החתן א זוהן פון הרה"ח ר' יצחק כהן הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול 'מרכז חסידי וויז'ניץ' מיט די כלה א טאכטער פון העסקן הנמרץ לכל קדשי בית וויז'ניץ הרה"ח ר' אברהם פיפקא הי"ו וואו די רבי וועט אויך מפאר זיין בראש השמחה.


אין לויף פונעם קורצן באזוך וועט די רבי שליט"א האבן די אכסניא אין א האטעל הארט נעבן די היטראו לופטפעלד אויסער די שטאט. דינסטאג נאכמיטאג וועט זיך די רבי ארויסלאזן אויף וועג צוריק אהיים קיין בני ברק.

1 Comment


פארוואס גייט ער איינשטיין א שעה אוועק פון לאנדאן און נישט אין די געגענט

Like
bottom of page