מוצ"ש פ' נשא - י"ד סיון תשפ"ג | קול בחצרות
דאס יהדות הגולה אין אמעריקא שטורעמט מיט געפילן פון התרגשות זיך גרייטענדיג צו עטנפאנגען דעם אורח הכבוד פון ארצינו הקדושה, עמוד התורה ורבן ומנהיגן של ישראל, מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבודקא, וועלכע קומט צו פארן קיין ניו יורק אויף א היסטארישער מסע חיזוק עולם התורה.
שטייענדיג נאך אינמיטן די ימי השבעה נאך די הסתלקות פונעם ראש ישיבה הגאון האדיר ר' גרשון אדלשטיין זצ"ל, האט מען אנגעפרעגט ביים ראש ישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א אויב מען זאל אפשטופן די געפלאנטער נסיעה אויף א צווייטע געלעגנהייט צוליב די אבילות, דער ראש ישיבה האט אבער מכריע געוועהן אז מ'קען יא ארויספארן קיין ניו יורק ווי געפלאנט, זאגנדיג אז עס האנדעלט זיך פון א מסע חיזוק פארן גאנצן עולם התורה בארץ ובגולה.
דער סלאבודקער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל היינט מוצאי שבת מיטן פריוואטן פליגער פון הרבני הנגיד הטפסר המרומם ר' שמעון גליק. דער ראש ישיבה וועט זיך אויפהאלטן דורכאויס די וואך אין מאנסי בבית האכסניא אין שטוב פון ר' שמעון גליק און אין לויף פון די ימי הביקור אויפטרעטן מיט דרשות און שיעורים בהיכלי התורה ברחבי ניו יארק און באשיינען א רייע באנקעטן לטובת די ישיבה.
די קלימאקס פונעם באזוך וועט זיין מארגן זונטאג אווענט, ווען דער ראש ישיבה וועט באשיינען דעם היסטארישן 'כינוס אדירי התורה' וועלכע קומט פאר אין די גיגאנטישער וועלס פערגא צענטער אין פילאדעלפיע.
צהלו ורוני יושבת ניו יורק כי גדול בקרבך.
Comments