חסדי ה': גורל'דיגע אפעראציע ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ב"ה אריבער סוקסעספול
- steinbachmoishe2
- 17 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 18 במרץ
מאנטאג פ' ויקהל • י"ז אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

כלל ישראל נעמט אויף מיט פרייד די גאר גינסטיגע נייעס וואס קומט אריין פון שפיטאל אין לאס אנדזשעלעס, אז תפלות ישראל עשתה רושם, און די קאמפליצירטע און גורל'דיגע אפעראציע ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז אריבער סוקסעספול, פיל העכער די ערווארטונגען, בחסדי השי"ת.
די דאקטורים זענען נארוואס ארויס פון די אפעראציע-צימער און געמאלדן די גוטע נייעס פון די העכסט געלונגענע אפעראציע, און באריכטעט ווי אזוי דער גאר הייקעלער פראצעדור איז אריבער גאר גוט, און אנשטאט די אריגינעלע פלאן אז די אפעראציע וועט דויערן בלויז 3 שעה, אויס זארג אז א כלליות'דיגע שוואכקייט ביים רבי'ן וועט מען נישט קענען דורכפירן די גאנצע אפעראציע אויפאמאל, האבן אבער די דאקטוירים געזען אז דער גוף קאאפערירט גוט, און דעריבער האט מען פארגעזעצט מיט די אפעראציע און דורכגעפירט דעם גאנצן פראצעדור וואס פעלט זיך אויס, און בסך הכל האט די אפעראציע געדויערט גאנצע פינף שעה.
איידער'ן אריינגיין אין די אפעראציע צימער איז דער רבי געווען איינגעהילט אין א העכערע דביקות, זינגענדיג מתוך שמחה והתעלות דעם התעוררות'דיגן "חמול" און "עוד יזכור" פון די ימים נוראים, ווען על פניו הק' איז אויסגעגאסן א פולקאמע רואיגקייט און שלות הנפש מיט א זיכערע האפענונג אז דער רבוש"ע וועט מפליא זיין פלאות און עס וועט אלעס אריבערגיין כשורה. לעת עתה איז דער רבי נאך פארשלאפט, און ס'וועט נאך נעמען עטליכע שעה צו באקומען די מער פונקטליכערע רעזולטאטן.
כלל ישראל איז ווייטער מעתיר בתפלה ותחנונים אויף א גענצליכע רפואה ביים רבי'ן מרן ישראל בן לאה אסתר לרפואה שלימה עוד ינוב בשיבה דשנים ורענים.
Comments