top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ותלמודו בידו: פייערליכע מעמד סיום סדר קדשים אין ראם פון חבורת זכרו שע"י ק"ק סאטמאר קרית יואל

  • 31 ביולי
  • זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פ' עקב • י"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י.שטיין

טויזענטער תושבי קרית יואל לומדים ומסיימים סדר קדשים בחבורת זכרו תורת משה, האבן די וואך מאנטאג מיטגעהאלטן דעם פייערליכן "סיום סדר קדשים והתחלת מסכת נדה" וואס איז פארגעקומען אין די פראכטפולע "עטרת מלכה" חתונה זאלן בתוככי בנין גאלדבערגער החדש במעמד רבנן ותלמידיהון לומדים ומסיימים ועל צבאם דער נשיא ומייסד החבורה כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


א הערליכער קאלירפולער בימת הכבוד איז געווען אויסגעשטעלט אויף די לענג פונעם זאל, ווי עס איז געווען באזעצט דערויף חשובי פני העדה, גדולי הרבנים ועמודי ההוראה שליט"א, דייני הקהלה, מגידי שיעור במסגרת החבורה, ועל צבאם דער רבי שליט"א ובנו הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א.


אלס יו"ר המעמד האט געדינט דער פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א מרביץ תורה במוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, וועלכער האט אנגעפירט דעם אווענט בנועם לשונו.


במשך די נאכט האבן מהנה געווען בפרקי שירה די בארימטע "חסידיש קווייער" אין שפיץ פונעם ראש המשוררים הרה"ח ר' יששכר גוטמאן הי"ו.


א לענגערע פייערדיגע דרשה איז געהערט געווארן דורכן נואם הכבוד הרה"ג ר' אברהם שווארטץ שליט"א יו"ר מפעל "ושננתם" בארה"ק, אינמיטן זיין דרשה האט מען געהאט די זכי' מקבל צו זיין את פני הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכע האט זיך געוואשן צו די סעודה.


דערנאך האט מען ממשיך געווען מיטן סדר המעמד, מיט א רייכע פרעזענטאציע הערליך אויסגעגראמט די געפילן פונעם לומד ומסיים סדר קדשים, מייסטערהאפטיג פארגעזינגען געווארן דורך הרה"ג ר' אלעזר קליין שליט"א מגי''ש בחבורת זכרו אין קרית יואל, אינאיינעם מיט א ילד הפלא פון די מוסדות אין קרית יואל.


דערויף איז געווען דער הויכפונקט פונעם מעמד הגדול ווען מען האט צוגעטרעטן צום "סיום סדר קדשים", ווי דער פטרון און פינאנצירער פונעם חבורה הרבני הנגיד ר' אברהם בנימין קרויס הי"ו האט מכבד געווען מיטן "הדרן" הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א. בעפארן הדרן האט דער רב שליט''א משמיע געווען קורצע דברי תורה ויראה בחיזוק ושבח הלומדים און דערנאך געזאגט דעם הדרן. מיטן "התחלת מסכת נדה" האט דער פטרון מכבד געווען דער מנכ"ל המוסדות הרה"ח ר' משה אלי עסטרייכער שליט"א, און מיט קדיש דרבנן האט דער פטרון מכבד געווען זיין פאטער הרה"ח ר' מיכאל בער קרויס הי"ו.


א מחזה הוד איז געווען ווען די אלפי המשתתפים לומדים ומסיימים האבן זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ "נגיל ונשיש בזאת התורה" וואס האט אנגעהאלטן קרוב צו א האלבע שעה. אינמיטן די ריקודי קודש האט דער רבי שליט"א אנגעכאפט דער פטרון החבורה הנגיד ר' אברהם בנימין קרויס הי"ו ואביו ר' מיכאל בער הי"ו און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ לשמוח בשמחת החורה.


דערויף האט האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם נשיא ומייסד החבורה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. דער רבי שליט"א האט הערליך משלב געווען די מאורע בעניני דיומא בדברי דרוש ואגדה, און אריינגעגעבן א גייסט פון חיזוק והתרוממות פאר אלע לומדים אויף די געוואלדיגע זכי' צו זיין א לומד אין די חבורה, און זיך באזונדער באדאנקט פאר די פטרוני החבורה וועלכע טוען פינאנצירן די הייליגע חבורה ובזכותם פארמאגט דאס איר ריכטיגער המשכה.


נאך וואס הרה"ח ר' מיכאל בער קרויס הי"ו האט געבענטשט ברכת המזון, האט דער ציבור פארלאזט דעם זאל מיט געהויבענע געפילן, און מיט א פעסטע החלטה ווייטער אנצוגיין און זיך מחזק זיין בלימוד התורה כי הם חיינו ואורך ימינו.



תגובות


bottom of page