האד' ממאחנובקא בעלזא איז מייסד "קרן מחזיקי לומדי תורה" פאר די עקזיסטענץ פון די ישיבות הקדושות
- Bechatzros admin
- 27 ביולי
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.ש.ל.
הונדערטער חסידי מאחנובקא בעלזא פון איבער גאנץ ארץ ישראל זענען זיך צוזאמגעקומען אין גרויסן בית המדרש דחסידי מאחנובקא בעלזא אין בני ברק לשמוע את דבר השם, ביי די דריגענדע אסיפה וואס כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט פאררופן פאר כל קהל עדת חסידיו ברחבי ארץ הקודש.
די אסיפה איז פארופן געווארן מיטן ציל אוועקצושטעלן דעם נייעם קרן "חברת מחזיקי לומדי תורה" אלס א יסוד איתן פאר די דריי צענטראלע ישיבות הקדושות דחסידי מאחנובקא בעלזא, וואס רעכנט אריין די ישיבה קטנה און ישיבה גבוהה אין בני ברק, און די ישיבה גדולה וואס האט זיך לעצטנס אריבערגעצויגן פון בני ברק קיין הר נוף אין ירושלים, המכונים "דעם רבינס ישיבות", אין ליכט פון די שווערע פינאנציעלער מצב וואס הערשט אין די ישיבות הקדושות, בפרט אין די לעצטע תקופה מיט די שווערע גזירות אויף דער עולם התורה, ווען די רעגירונג האט דראסטיש געשניטן פון די געלטער אין ליכט פון די גזירת הגיוס.
פאריגן שבת קודש בעת רעווא דרעווין האט דער רבי שליט"א גערופן די חסידים אנטייל צו נעמען אין דעם די כינוס לשם שמים, און באזונדער זענען אפגעהאלטן געווארן הכרזות אין אלע בתי מדרשים דחסידי מאחנובקא בעלזא ווי די גבאים האבן בפקודת הקודש גערופן דעם ציבור זיך משתתף זיין אין די וויכטיגע אסיפה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן נאך מנחה איז אפגעהאלטן געווארן א באשיידענעם אסיפה במעון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, וואו עס זענען גערופן געווארן א געקליבענעם צאל פון ארום פופצן יחידי סגולה 'חברי הנשיאות' - גרעסערע נדיבי עם וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט פאנטאסטישע סכומים לטובת די נייע קרן, עס איז געהערט געווארן א דרשה פון הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א ראש מתיבתא ישיבה גבוהה, און די נדיבים האבן געהאט די זעלטענע זכיה אונטערצושרייבן אויף שטרי שותפות אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א. צום שלוס האט דער רבי משמיע געווען מברכות קדשו פאר אלע חשובע נדיבים.
שפעטער האט זיך אנגעהויבן די גרויסע אסיפה אינעם גרויסן שטוב בהשתתפות כל קהלא קדישא וואס האבן זיך פארזאמלט מכל קצווי הארץ, און האבן זיך צוגעהערט צו די ווארימע דרשות פון די יושב ראש הרה"ג ר' הערשל גליק שליט"א מנהל רוחני אין ישיבה קטנה, הרב נפתלי בייגעל וואס איז נישט לאנג צוריק אויפגענומען געווארן אלס דער מנהל הישיבות, און הרה"ג ר' אהרן ברייש שליט"א רב ביהמ"ד בית שאול ומרבני הקהילה, וועלכער האבן פה אחד אדרעסירט די שרעקליכע קריזיס וואס האט זיך געשאפן אין די מוסדות הקדושים, ווען עס הויערט שווערע חובות פון מיליאנע דאללערן, און די געוואלדיגע זכות אנטייל נעמען אינעם מגבית חירום בעין יפה און דערמיט אראפנעמען די שווערע עול פונעם רבינ'ס פלייצעס.
דאן האט מען מקבל געווען פני קדשו פונעם רבי'ן שליט"א וואס איז ערשינען צום מעמד, בנוכחותו האט אויפגעטרעטן חתנא דבי נשיאה הרה"ג ר' ברוך הלברשטאם וואס דינט אלס מרביץ תורה אין די ישיבה, און האט איבערגעגעבן א באריכט מהנעשה והנשמע בין כותלי הישיבה, איבער די געוואלדיגע בליה און וואקס בכמות ובאיכות, און די נחיצות צו ראטעווען די ישיבות און זעם יעצטיגן שעת חירום.
דערנאך האט מען געזינגען דער אויסגעווייקטער בעלזער ניגון אויפן פיוט פון 'תורה הקדושה' וואס מ'זינגט שמחת תורה, דער רבי האט געוונטשן לחיים און דאן משמיע געווען דברי אלוקים חיים, ווי די רבי האט מיט א קול רגש באטאנט אז די דאזיגע ישיבות זענען די עמודים פון אלע מוסדות הקדושים פון מאחנובקא בעלזא, און ארומגערעט איבער דער זכות גדול און חוב קדוש צו גיסן פעסער גאלד כלשון קדשו - לטובת די ישיבות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות קדשו לרוב.
דערנאך האט דער מגיד הרב שלמה הורוויץ גענומען דאס ווארט און אנגעווארעמט די הערצער זיך אנצורופן ווארעם און אונטערנעמען גרויסע סכומים לטובת דעם הייליגע צוועק. ער האט אויסגערופן די נעמען פון די גרעסערע נדיבים, צום שלוס זענען אלע חסידים דורך אל מול פני הקודש איבערגעבן די שטרי התחייבות מיט די סכומים און הוראות קבע, און די רבי שליט"א האט יעדן געוואונטשן פיל ברכות מיט א מאור פנים. פאר די וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים האט די רבי געשאנקען א זילבערנע מטבע וואס איז געפלאכטן מיט א שטיקל עטרה פון הרה"ק מבעלזא זי"ע, אדער א זיידענעם גארטל מיט א פאדעם פון א גארטל פון הרה"ק מבעלזא זי"ע.
אין די קומענדיגע וואכן וועלן די ראשי הנהלת הישיבות ארומפארן בארצות הגולה צו שאפן גרויסע סכומים צווישן דעם היימישן עולם לטובת די וויכטיגע קרן וואס די רבי האט מייסד געווען פאר די עקזיסטענץ פון די ישיבות הקדושות.













































