top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות ענגלאנד איז מרעיש עולמות קעגן ביטערע גזירת הישיבות ביי עצרת אדירה במקהלות אלפי תושבי העיר

דינסטאג פ' בשלח • ו' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דודי בראון

 

היסטאריע האט זיך אפגעשפילט אינעם חרד'ישן סטעמפארד הילל אין עיר הבירה לאנדאן ווען אויף אן ערשטמאליגן פארנעם איז געלונגען צו מאחד זיין תחת קורת גג אחד אלע תושבי העיר למקטן ועד גדול, פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע האבן זיך צונויפגעזאמלט ביי די עצרת אדירה וואו מ'האט אפגעראכטן הימל-שפאלטענדע תפלות און געהערט דרשות מלהיבות איבער די ביטערע גזירת החינוך וואס הויערט אויף די ישיבות קטנות אין ענגלאנד, ווען די רעגירונג פלאנט איינצושטעלן אזעלכע סארט לימודים און פארשריפטן וואס איז נגד התורה והיהדות היל"ת.


דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אינעם גיגאנטישן זאל פון "יסודי התורה" און די ארומיגע שטחים. צוליב מאנגל אין פלאץ איז דער זאל געווען דעזיגנירט נאר פאר בעה"ב ואברכים, און די הונדערטער בחורי תלמידי הישיבות האבן מיטגעהאלטן דעם מעמד אינעם באבוב'ער זאל. באזונדער האבן זיך צונויפגעזאמלט בשעת מעשה די טויזנטער ילדי תשב"ר אינעם דערנעבנדיגער גרויסן וויזניצער ביהמ"ד, בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א.


אויפן רוף פון די רבנים איז דער טאג פונעם עצרת באשטימט געווארן אלס א יום חצי תענית, און מתוך התענית מפציר צו זיין בתפלה, ביי די געמיינזאמע עצרת וואס האט זיך אנגעהויבן מיט'ן אויסזאגן גאנץ ספר תהלים.


דער גיגאנטישער "יסודי התורה" זאל איז שנעל איבערגעפילט געווארן מיט די טויזנטער תושבי העיר, כולם נקבצו באו, אן קיין אונטערשיד פון וועלכע קהלה אדער קרייז, ויעשו כולם אגודה אחת לבוא אל המלך ולהתחנן לו, און מעתיר זיין מיט הייסע תפילות און זיך מאביליזירן אין די הייליגע מערכה נישט צוצולאזן די רעגירונג איינצושטעלן די שענדליכע שיונים רח"ל.


נאכ'ן ענדיגן ספר תהילים האט מען געדאוונט מנחה מיט קריאת "ויחל". עס האבן עולה געווען לתורה די טובי הקהל פון די צענטראלע שטאטישע קהלה. נאכ'ן דאווענען האט מען געזאגט די פסוקי קבלת עול מלכות שמים, פארגעזאגט דורך הגה"צ רבי זאב פעלדמאן שליט"א אב"ד קהל תורה עץ חיים. מיט גרויס התעוררות האט מען דאן געזאגט "אבינו מלכינו", פארגעזאגט דורך הרה"ג ר' שלמה דוד קליין שליט"א דומ"ץ בעלזא לאנדאן. א טרוקן אויג איז נישט געווען ביים אויסשרייען דעם "אבינו מלכינו קרע רוע גזר דיננו, אבינו מלכינו הפר עצת אובינו".


דאן האט מען געהערט דעם דבר הקהלה, דורך הרב בנימין שטערן לאנדאנער ראה"ק, וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם משמעת פון די רוחניות'דיגע סכנה וואס שוועבט אויף יהדות ענגלאנד, און די פליכט וואס ליגט אויף אלע תושבים זיך אנצוגארטלען צו זיין גרייט אויף מסירת נפש לביטול הגזירה. דערנאך האט מען געהערט דעם קול ה' בכח דורך הגאון הגדול רבי שלום פריעדמאן שליט"א סגן גאב"ד לאנדאן, איבער'ן חיוב וואס ליגט אויף יעדן איינציגן תושב זיך מתחזק זיין בתפלה ותחנונים און בעטן אויף נסים אז דער שרעקליכער געזעץ זאל נישט דורכגיין.


ביים מעמד התפילה פאר די ילדי תינוקת של בית רבן אין גרויסן וויזניצער ביהמ"ד האט צוערשט אויפגעטרעטן מיט ווארעם הארציגע דיבורים הגה"צ רבי שמעי' לעוו שליט"א דומ"ץ וראה"כ סאטמאר, און דערנאך האט דער וויזניצער רבי שליט"א פארגעזאגט שיר המעלות בהתעוררות רב, און דערויף משמיע געווען הארץ רייסנדע דברות קודש בקול חנוק מדמעות איבער'ן חשיבות פון יעדע תפלה דורך תשב"ר וואס מאכט א רעש גדול אין הימל. הגה"צ רבי שמעי' לעוו שליט"א האט פארגעזאגט אבינו מלכינו און סליחות, און דער וויזניצער רבי האט פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים און געזאגט קדיש.























































































































Comments


bottom of page