מאנטאג פ' דברים • א' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברמי בערגער
פארגאנגענעם דאנערשטאג האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אין אנטווערפען מקבל פנים געוועהן דעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס האט אפגעראכטן א געהויבענעם באזוך בקרב הקהלה והמוסדות ביי א קורצן אפשטעל אין שטאט, זייענדיג אונטערוועגנס אויפן 'מסע התעוררות' צו די קברי אבות אין אייראפע. אום 5:00 פארטאגס האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געלאנדעט אינעם אמסטערדאם לופטפעלד, ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך אן ענגע צאל ראשי ונכבדי הקהילה זענען ארויסגעקומען פון אנטווערפען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א, דער רבי איז אריבער צום באן סטאנציע אינעם לופטפעלד און עוסק געווען בלימודו באשמורת הבוקר בשעת'ן אויסווארטן אויפן באן. א קורצע צייט דערויף איז דער רבי אויפגעשטיגן אויפ'ן שנעל-צוג באן פון וואו דער רבי איז געפארן ארום א שעה אויפ'ן וועג קיין אנטווערפן, ארום 7:30 איז די באן אנגעקומען אינעם צענטראלע אנטווערפן באן סטאנציע ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך הונדערטער חסידים תושבי העיר בראשות די רבני ודייני ההקילה און דער ציבור איז אריבער שלום נעמען.
דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום אכסניא אין שטוב פון הרבני החסיד ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו. פארן דאווענען איז דער רבי געגאנגען אינעם פריוואטן מקוה פון הרה"ח ר' חיים יודא ווייס הי"ו מחשובי חסידי וויז'ניץ אין אנטווערפען. פון דארט איז די רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין אנטווערפן, דער רבי איז צום ערשט אריין אינעם היכל התורה 'היכל ברך משה' וואו די תלמידי הישיבה זענען געזעצען און געלערנט ביים סדר הלימוד קודם התפילה. די רבי האט ארומשפאצירט צווישן די בחורים מיט גרויס קורת רוח און זיך מפלפל געווען אין לערנען בשעשועי אורייתא מיט די בחורים.
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים ומסיבת לחיים, ווי הונדערטער חסידים ותושבי העיר, בראשות די רבני ודייני העיר, האבן ענטפאנגען דעם רבי'ן בשירה וזמרה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש, בסיום דבריו האט די רבי ארום גערעדט בשבח הקהילה. דער רבי האט אויפגעפאדערט די חסידים צו לערנען און דאווענען בהתלהבות, און זיך פירן ווי אן איש מורם מעם, א חסיד'ישער איד, יעדער זאל זיכער מאכן אויף זיך, די ב"ב, די קינדער, אלע זאלן זיין געהויבן, נישט נאכגיין נאך די גוי'אישע גאס, און אפילו נישט די אידישע גאס וואס איז שוואכער, פאדערן פון זיך איך דארף זיין בעסער שענער און העכער, מיין שטוב דארף זיין בצניעות, די מלבושים, די אשת חיל, די טעכטער, און די אייגענע התנהגות אין אלע ענינים.
באזונדער האט דער רבי ארום גערעדט איבער די נסיונות בעניני טעכנאלאגיע, און אויפגעפאדערט די חסידים צו שטיין ווייט דערפון ווי פון פייער, און נישט אריין לאזן קיינע פון די כלים אין שטוב, דערנאך האט דער רבי מאריך געווען בשבח הקהילה, דער ביהמ"ד לתורה ולתפילה, לימוד התורה בטהרה, די רבנים ומרביצי תורה, די מורי הוראה לשרות הציבור בלב ובנפש, די כולל אברכים וואו די אינגעלייט זענען זיך ממית באהלה של תורה, און געוואונטשן גרויס הצלחה, דער רבי האט דאן מאריך געווען בשבח הישיבה, און אויפגעפאדערט אלע בחורים מ'זאל אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און לייגן א גרויסער דגוש אויף דעם, אזוי האבן זיך געפירט חסיד'ישע אידן אלעמאל, און פארענדיגט בברכת קדשו פאר די מרביצי תורה און עלטערן בכל מילי דמיטב.
דערנאך האט דער רבי בקול חנוק מדמעות פארגעזעצט אני בדרך נחני ה', מ'איז געקומען דא אויף א קורצע אפשטעל אויפן וועג צום עיר האבות סיגוט אויף שב"ק - יומדהל"ק פונעם ראש השושילתא מרן הישמח משה זי"ע, זונטאג גייט מען גיין צום ציון אין אוהעל, און דערנאך קיין צאנז צום ציון פונעם הייליגער דברי חיים זי"ע, רעדה אחזתני, אז מ'טראכט וואו מ'פארט, השי"ת זאל העלפן מ'זאל מצליח זיין, און פועל'ן פאר אידישע קינדער וואס זיי דארפן.
נאכן מעמד האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און איז אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו - מגדולי עסקני הקהילה צו פת שחרית, וואו עס איז שפעטער פארגעקומען א מסיבה לטובת די ישיבה קטנה אינאיינעם מיט די הנהלת הישיבה און די נדיבי ותומכי הישיבה, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלה, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים און פאר די הנהלת הישיבה. נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וואו הונדערטער חסידים תושבי העיר האבן געהאט די געלעגנהייט אריין צו גיין בקודש פנימה מיט א קוויטל להיפקד בדבר ישועה ורחמים, בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה, וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת פסחים גפ"ת, דער רבי האט פארהערט די בחורים מיט א קענטיגע קורת רוח, און פארטיילט פאר די מצטיינים א געבענטשטע זיידענע גארטל במתנה. נאך די זמני כניסה איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום היכל הישיבה קטנה, דער רבי האט צום ערשט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי ורמ"י הישיבה און דערנאך געוואונטשן לחיים פאר די תלמידי הישיבה און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען א טיפזיניגע סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה, דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים און געבעטן די בחורים מברר צו זיין די סוגיא על בורי'. דער רבי האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אום 5:15 אויפ'ן וועג צום לופטפעלד אין אנטווערפען, וואו דער רבי איז ארויס באגלייט געווארן דורך הונדערטער חסידים תושבי העיר, און בחורי חמד וילדי תשב"ר וועלכע האבן באגלייט דער רבי בשירה וזמרה.
ארום 6:00 נאכמיטאג אין אנטווערפען האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון רבי'ן שליט"א אויפן וועג צום לופטפעלד אין באניע, א וועג פון ארום צוויי שעה, פונעם לופטפעלד אין באניא איז דער רבי צוגעפארן א וועג פון ארום א שעה און פופצן מינוט צום עיר האבות סיגוט יע"א.
Comments