מוצאי שבת בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
ווי יאר יערליך האט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א משמיע געווען די שטייעדיגע תורה כנהוג מוצאי שמחת תורה מיט דברי הדרכה און יסודות איתנים צום נייעם יאהר, דאס יאהר האט זיך דער רב שליט"א ספעציעל באצויגן צו די מצב המלחמה וואס האלט אן שוין א גאנץ קיילעכיג יאהר אין ארץ ישראל, און מעורר געווען די חוב זיך צו דערווייטערן פון די נסיונות הזמן ופגעי הטעכנאלאגיע.
דער רב שליט"א האט אנגעהויבן מיט א דבר תורה איבער די ענין פון ישוב ארץ ישראל, און דערנאך זיך באצויגן צו די ניסים וואס מען האט בייגעוואוינט די לעצטע יאהר, בפרט אין די יעצטיגע חודש תשרי און זיך אויסגעדריקט אז מ'דארף נישט אויסרעכענען אלע ניסים בפרטית וואס יעדער האט אליין מיטגעהאלטן, און אז די באשעפער האט געמאכט די אלע ניסים אריינצושיינען אמונה אין אידישע קינדער קינדער זיי זאלן זיך האלטן בדרך הישר.
דאן האט זיך די רב באצויגן צו די נסיונות הזמן און פגעי הטעכנאלאגיע, זאגנדיג אז עס קומען כסדר ארויף שאלות אין די ענינים און עס קומט כסדר ארויס פרישע זאכן און מ'דארף צו וויסן זיין, אז אזעלכע זאכן וואס קען אונז דערווייטערן פונעם רבונו של עולם, דארפן מיר אונז אכטונג געבן דערויף און שטיין ווייט דערפון. דער רב האט שטארק מעורר געווען אז די אלע סארט כלים און פרישע נסיונות איז אלס היינו הך. און אז מען וועט זיך דערווייטערן פון די אלע כלים וועט מען זוכה זיין צו א גוט יאהר און עס זאל נישט קאסטן קיין אידישע קרבנות, און אז די מוסדות התורה זאלן קענען האבן א קיום, צו קענען לערנען תורה ווי אין די פריערדיגע דורות.
דער רב שליט"א האט אויסגעפירט אז אויב מ'וועט פאלגן די אלע ענינים, וועט מען האבן א גוט יאהר, פטור צו ווערן פון די מיליטער און מצליח זיין אין פרנסה און אין אלע ענינים און מסיים געווען מיט ברכות קדשו לרוב, און געזעגנט די טויזנטער חסידים יעדער זאל אהיימפארן געזונטערהייט, וימלא ה' משאלות לבבם לטובה ולברכה.
Commentaires