top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רייכע מסיבה 'תל תלפיות' במעון הקודש פון האד' מבוהוש פאר בוני הבית פון מאסיווע ארויפבוי פראיעקט ביים ביהמ"ד הגדול

מוצאי שבת פ' פנחס • כ"א תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

 

אן עלעגאנטע מסיבה 'תל תלפיות' איז אפגעראכטן געווארן פאריגע וואך בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וואו עס זענען געלאדענט געווארן די בוני הבית, נדיבים ותומכים וועלכע האבן גענימען א חלק איבער בוי פראיעקט פאר די הרחבת גבולי הקדושה אינעם בנין ביהמ"ד הגדול בוהוש אין בני ברק.


ווי שוין ברייט באריכטעט איז אונטערגענימען געווארן א גיגאנטישער פראיעקט פון "דריי פרישע שטאק" וואס ווערט ארויפגעבויט מיט פראכט אויפ'ן מרכז לתורה ולתפלה דחסידי בוהוש אין בני ברק, וואס וועט דינען אלס פערמאנענטע אכסניא של תורה פאר די בוהושע ישיבה גדולה וואס איז ברייט בארימט אלס הערליכער מקום תורה וואו פילצאליגע תלמידים מופלגים שטייגן אויס בתורה ויראת שמים אויף א הערליכן פארנעם, גלייכצייטיג האט דער פראיעקט אנגעשלאסן אן אונטערנעמונג לפאר ולרומם בית ה', צו פארשענערן און פארגרעסערן דעם היכל ביהמ"ד הגדול, נאכ'ן שוין זיין מערערע יארן אין באנוץ, און עס פעלט זיך אויס אן איבערפרישונג. 


ביי די מסיבה איז געהערט געווארן א רייע דרשות מפי מגידים מפורסמים, צום קלימאקס האט מען געהערט די דברות הקודש פונעם רבי'ן שליט"א איבער די חשיבות צו זיין א שותף אין דעם הייליגן פראיעקט, די רבי שליט"א האט דערנאך אונטערגעשריבן די שטרי התחייבות מיט די נגידים און פארטיילט א מתנת קודש דעם ספר הקודש נועם אלימלך מיט אן הקדשה בחתימת יד קדשו פאר אלע משתתפים.



Commenti


bottom of page