top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבות בנות: הנהלת מוסדות וויזניץ לאנדאן געשלאסן זעקס-מיליאן פונט מקח אויף בנין אדיר פאר נייע מיידל שולע‎

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 8 באוק׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג וזאת הברכה א' • ו' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

חסידי וויזניץ אין שטאט לאנדאן נעמען אויף מיט אומגעהויערע שמחה די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה ווען עס איז בברכתו ועידודו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א געשלאסן געווארן מקח אויף א בנין אדיר ומפואר וואס וועט דינען אלס אכסניא של חינוך הבנות פאר די ניי-געגרינדעטע בית חינוך לבנות פון מוסדות החינוך וויזניץ לאנדאן.


דער מקח רופט ארויס אומגעהויערע שמחה ביים ציבור חסידים, זעענדיג דערין א געוואלדיגע סיעתא דשמיא וואס באגלייט דעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט נארוואס צום נייעם לערן-יאר מייסד געווען די וויזניצע בית חינוך לבנות אין שטאט, אלס פרעכטיגע רינגעלע אין די הייליגע אימפעריע פון מוסדות החינוך דוויזניץ אין לאנדאן, ווען אויפדערווייל האט מען פלאצירט די ערשטע כיתות אין געדינגענע לאקאציעס, בעת די הנהלת המוסדות האט זיך ארויסגעלאזט איבער די שטאט אפירזוכן א פאסיגע אכסניא של חינוך הבנות, ווען ס'איז ב"ה געלונגען צו טרעפן דעם יעצטיגן בנין האדיר וואס באשטייט פון א ריזן געביידע אין סאמע הארץ פון היימישן סטעמפארד הילל אין עיר הבירה לאנדאן, א דאפלטער-בנין אויף די עמעס-פארק גאס, און האט אפגעקאסט די פאנטאסטישע סומע פון אריבער "זעקס מיליאן פונט".


מיט גרויס עקסטאז איז לרגל דעם גמר המקח אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים במעון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר די געטרייע הנהלת המוסדות פאר ווייטערדיגע הצלחה און סיעתא דשמיא.

תגובות


bottom of page