top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בת קדושים: נפטר געווארן הרבנית כץ ע"ה לעצט פארבליבענע איר אייניקל פון הרה"ק מצאנז זי"ע

מוצאי שבת בראשית • כ"ד תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

דעם הושענא רבה נאכמיטאג איז נפטר געווארן אין וויליאמסבורג הרבנית הצדקנית בת קדושים מרת סימא כץ ע"ה די לעצט פארבליבענע רעכטע איר אייניקל פונעם רבן של ישראל הרה"ק בעל 'דברי חיים' מצאנז זי"ע, וועלכע האט זוכה געוועהן צו אן אויסטערלישע אריכות ימים און איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון הונדערט און איין יאהר.


דער חשובע נפטרת איז געוועהן א טאכטער פון הרה"ק רבי משולם זושא יצחק הלברשטאם זצ"ל הי"ד א זוהן פון הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע א זון פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע, אויסער איר הייליגער אפשטאם אלס די לעצט פארבליבענע איר אייניקל דור רביעי פון הייליגן צאנזער רב זי"ע ווען עס ווערט אצינד איבערגעריסן א בריק צום אלטן היים, האט די נפטרת געצויגן איר ייחוס צו נאך פילע שרפי מעלה דער בעל שם טוב הק' ותלמידיו הקדושים, צדיקי בית סיגוט, טשערנאביל, קארלין, לויבאוויטש, אניפאלי, טאלטשאווא, קשאנוב, הארניסטייפל, טשערקאס, דאמבראווא און נאך.


די נפטרת ע''ה איז נאך געבוירן אינדערהיים אין אונגארין און איז אויפגעוואקסן על ברכם פון אירע גרויסער זיידע'ס, בחסדי שמים איז זי געראטעוועט געווארן ביי די צווייטע וועלט קריג צוזאמען מיט אירע שוועסטער'ס הרבנית בעער מראצפערט ע"ה און הרבנית ריינמאן מנאראל ע"ה, שפעטער האט זי חתונה געהאט מיט איר חשובע מאן הרה"צ רבי יוסף כץ זצ"ל וואס איז געווען א זון פון הגה"ק רבי אברהם שלמה כץ זצ"ל אב"ד ריסקאווא, און האט אוועקגעשטעלט א דור ישרים מבורך בנין וחתנין רבנן, רבנים ודיינים חשובים, צווישן זיי הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר ב"פ, הגה"צ רבי זושא אב"ד ראצפערט, הגה"צ רבי מרדכי דוב כץ מריסקאווא, הגה"צ רבי שלום אליעזר כץ דומ"ץ כוונת הלב, הרה"ג ר' יעקב ר"מ בישיבת סאטמאר און הרה"ג ר' אהרן הערש שליט"א, אזוי אויך חשובע איידימער רבנים ומרביצי תורה צווישן זיין: הגה"צ ר' הערשל אויש אב"ד וואלקאן.


די לוי' איז פארגעקומען ערב יום טוב נאכמיטאג בפניא דמעלי יומא פארנט פון בית מדרש הגדול סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום בית החיים אין קרית יואל ווי זי איז געקומען לקבורה בכניסת החג.


יהא זכרה ברוך


תגובות


bottom of page