top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע מעמד קביעת מזוזה דורך האד' מסאטמאר אינעם שפאגל-נייע גאראדזש פון "חברה הצלה" אין קרית יטב לב

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 18 באוק׳ 2023
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

דעם זונטאג פ' נח העעל"ט איז אפגעראכטן געווארן די מעמד קביעת מזוזה אינאיינעם מיט א מסיבת לחיים לכבוד דאס עפענונג פונעם פראכטפולן "הצלה גאראדזש" פון חברה הצלה דקעטסקיללס און קרית יטב לב, מיט די פערזענליכע השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א.


חברה הצלה דקעסקיללס מיט איר אהרגעשטעלטע באזע און קרית יטב לב שטייט צום דינסט פון די גאנצע אומגעגנט מיט אירע הונדערטער משפחות כ"י, און פילע חשובע געטרייע וואלונטירן זענען אנגעשלאסן דערין צו ענטפערן טעגליכע הילפסרופן אויף א שנעלע און איבערגעגעבענעם פארנעם.


מיט די כסדר'דיגע וואוקס פונעם שטאט בליעה"ר האט זיך געפאדערט צו פארמאגן אן אייגענעם בנין, וואס זאל אקאמאדירן די הצלה אמבולאנסן און דיספעטשינג צענטערן. ספעציעל וועט עס צוניץ קומען יעצט דורכאויס די ווינטער חדשים ווען אין פאל פון עמערדזשענסי וועלן די אמבולאנסן זיין ווארעם און גרייט.


צום געהויבענעם מאמענט איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ספעציעל געקומען צו קובע זיין א מזוזה, ער האט זיך ארומגעקוקט אויפן גאנצן בנין, און דערנאך זיך געזעצט פאר א מסיבת לחיים, וואו ער האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע ענין פון העלפן אויסברייטערן די גבולי הקדושה פונעם שטאט, און צוצושטעלן די ריכטיגע הילף על כל צרה שלא תבוא, וואס מיט דעם איז מען מקרב ביאת המשיח בב"א.


צווישן די באטייליגטע ביים מסיבה האבן זיך אנגעזעהן אלע לאקאלע הצלה וואלונטירן, ווי אויך מעמבערס און פארשטייער פון פארשידענע היימישע געגנטער, פון "סענטרעל הצלה", פון "וויליאמסבורג הצלה" און פון "קעטסקילס הצלה".


ר' משה נתן בראווער האט מיט קורצע ווערטער באדאנקט פאר'ן חשוב'ן נדבן הבנין הנגיד ר' זיידא ישראל חיים בערקאוויטש הי"ו אייגנטומער פון די בארימטע "בערקאו גרופ", וועלכער פירט אן די פילצאליגע בוי-פראיעקטן אין קרית יטב לב, איז אקעגן געקומען מיט נדבת לבו הטוב און געשאנקן א נייע הערליכע בנין פאר דעם צוועק. דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן גאר ווארעם פאר אלע משתתפים.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page