דאנערשטאג פ' בחוקותי • כ"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בחצר הקודש סקולען איז געפראוועט געווארן א געהויבענעם יו"ט ל"ג בעומר, טראץ די שטארקע חלישות וואס האט זיך אנגעזעהן ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א לרפו"ש האט די רבי אריינגעלייגט אן עבודה רבה און געפראוועט די יומא דהילולא למעלה מכוחותיו.
שוין ליל שבת קודש בעפאר קידוש האט מען געזינגען ניגוני ל"ג בעומר ווען די רבי שליט"א זינגט און טאנצט למעלה מדרך הטבע, די זעלבע האט זיך אפגעשפילט ביי שלש סעודות וואו נאך די זמן מוצש"ק האט מען אריינגעברענגט כלי שירה וזמרה און די רבי שליט"א האט ארומגערעדט בקדושת היום, דערנאך האט מען געזינגען מיט א ברען די אלע הייליגע ניגונים. די הויכפונקט ביי שלש סעודות איז געווען ווען די רבי שליט"א האט בשארית כוחותיו פארגעזינגן 'אמר רבי עקיבא' באש קודש, דערנאך ביי מעריב האט מען אויך געהאט די זכיה אז די רבי שליט"א זעלבסט האט געציילט ספירת העומר הוד שבהוד.
טראץ וואס עס איז היי יאר צוליב דעם רבינס מצב נישט פארגעקומען די יערליכע גרויסארטיגע מעמד ההדלקה איז אבער די רבי שליט"א ארויסגעפארן ל"ג בעומר נאכמיטאג קיין וויליאמסבורג וואו מען האט געפראוועט א שיינע סעודה לכבוד היום אינאיינעם מיט יארצייט סעודה פאר די זיידע פונען רבי'ן שליט"א הרה"ק בעל שם ושארית מסקולען זצ"ל. די רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו עריכת השולחן נאך תפילת מנחה אנגעטוהן מיט די קאלפיק, דערנאך, אינמיטן טיש, בעפאר די סיום הש"ס צו די יארצייט, האט מען צוגעברענגט עטליכע גרויסע ליכט לכבוד ההילולא קדישא און מען האט ווי די שטייגער פון די יערליכע מעמד ההדלקה געזינגען ניגוני התעררות בעפאר די רבי שליט"א האט מעלה געווען את הנרות, דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין פאר א לענגערע צייט לכבוד התנא האלוקי.
Comments