היסטארישער בריוו פון הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו צום גערער רבי'ן געשפרעך פון טאג ביים היימישן ציבור
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 4 דקות
מאנטאג פ' קרח • כ"ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלי וואהל
אין גאר דראמאטישע נייעס איז היינט באקאנט געווארן איבער א היסטארישע בריוו וואס הרבני הנגיד הטפסר המרומם ר' יואל לאנדא מחשובי חסידי סאטמאר אין וויליאמסבורג האט נעכטן איבערגעגעבן לידי קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וועלכער האט ווי באריכטעט זיך צוריקגעקערט אהיים קיין ירושלים עיה"ק נאכ'ן וויילן צוויי וואכן אין אמעריקע לטובת דעם קרן התורה דחסידי גור.
נעכטן בעפאר'ן ארויספליען פון ניו יארק אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל איז ארויפגעקומען צום רבי'ן אויפ'ן פליגער זיך געזעגענען הנגיד ר' יואל, וועלכער האט ווי שוין פריער באריכטעט צוגעשטעלט דעם פּריוואטן פליגער פאר'ן רבי'ן, און דער גערער רבי האט לכבודו אפגעראכטן א מסיבת לחיים וואו ער האט זיך באדאנקט פאר ר' יואל פאר'ן צושטעלן דעם פליגער מיט אלע באקוועמליכקייטן. הארט בעפאר ר' יואל איז אראפּגעגאנגען פונעם פליגער האט ער איבערגעגעבן א בריוו פאר'ן רבי'ן.
היינט שוין נאכדעם וואס דער גערער רבי האט געלאנדעט בשלו' אין ארץ ישראל איז באקאנט געווארן דער אינהאלט פונעם בריוו, וואו דער סאטמארער פילאנטראפּ טוט אין א היסטארישע ווענדונג פארלייגן א הצעה פארן רבי'ן אז די ממלכת התורה והחסידות פון מוסדות גור וואס איז די גרעסטע חסיד'ישע מוסד אין ארץ ישראל, זאל זיך אויסהאלטן פון אייגענע גבירים און נישט דארפן צוקומען מער צו די שטיצע פון די מדינת ישראל רעגירונג.
דער נגיד הייבט אן דעם בריוו מיט דברי קידה והשתחוי' פאר'ן רבי'ן שליט"א, און ברענגט ארויס די געוואלדיגע כח פון רבי'ן שליט"א וואס זיין השפעה איז ווייטגרייכנד ביים גאנצן יהדות החרדית, ובמיוחד אינעם געביט פונעם נסיון הטעכנעלאגיע וואס דער גערער רבי איז געווען דער אחד המיוחד לגדור גדר ולעמוד בפרץ און איז געווען דער ראש מערכות ישראל וואס האט באוויזן אהערצושטעלן דעם ענין פון כשר'ע טעלעפאנען ביי כלל ישראל.
דאן ברענגט דער נגיד ארויס אז ווי נאר די שלוחים פון קרן הצלת עולם התורה דחסידי גור האבן זיך געוואנדן צו אים לבוא לעזרת ה' בגבורים האט ער נישט געקלערט קיין סאך, נאר זייענדיג א סאטמארער תלמיד האט ער געטוהן גענוי ווי הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אויסגעלערנט זיינע חסידים שטענדיג ארויסצוהעלפן אנדערע, און ווי באוואוסט האט דער סאטמאר רבי צווישן אנדערע אויך געשריבן א מכתב תמיכה לטובת די גערער ישיבה חידושי הרי"ם אין ירושלים בשנת תשכ"ז.
אבער בעיקר וואס האט אים מעורר געווען זיך אנצושליסן און ווערן א שותף מיט'ן רבי'ן שליט"א אינעם קרן התורה איז געווען דאס וואס ער האט געהערט פון רבי'ן בשעת ער איז געווען בקודש פנימה מוצאי שב"ק במדבר ליל ערב שבועות אין ירושלים, ווען דער רבי האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט זיין שטייפע שטעלונג נישט צוצולאזן קיין שום פשרות בנוגע גיוס בני ישיבות, און טראץ דעם וואס געוויסע האבן געוואלט מאכן פשרות וועט מען אבער אין גור נישט צולאזן אז אפילו איין איינציגער בחור זאל ח"ו גיין אין די מיליטער וואס איז א שטער פאר אידישקייט, און דער רבי האט צוגעלייגט אז מען דארף זיך מוסר נפש זיין דערויף און זיין גרייט ארויסצוגיין פון די ממשלה דערפאר, אפילו מען וועט צוליב דעם פארלירן אלע געלטער פאר די ישיבות און כוללים, וואס דאס איז טאקע די סיבה וואס דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויף די לאנגע נסיעה קיין אמעריקע צו שאפן די שווערע מיליאנען דאללארן לטובת די גערער ישיבות און כוללים ברחבי ארה"ק.
ר' יואל ברענגט דאן ארויס א נקודה אז הגם ס'איז געווען אמאל חילוקי דיעות צווישן די גדולי ישראל איבער נעמען געלט פון די ציוני'סטישע ממשלה, איז אבער היינט דער מצב נשתנה געווארן לגריעותא ווען די רעגירונג פארלאנגט אין אויסטויש אז מען זאל זיי געבן אונזערע בחורים היו לא תהי', און דערצו האט די רעגירונג אזוי מאנערווירט אז מען זאל שפּירן אז יעדער דארף צו זיי צוקומען און מען קען ח"ו נישט אנפירן מיט ערליכע מוסדות אן זייער הילף.
אבער די וואך האט דער רבי שליט"א געוויזן בחוש אז ס'איז נישט אזוי, און דאס וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז מען דארף נישט צוקומען צו זייער געלט, און ווי באוואוסט פלעגט דער סאטמאר רבי זאגן אז ער וועט אויפשטעלן אייגענע גבירים און ער האט טאקע אויסגעהאלטן זיינע מוסדות פון די היימישע גבירים, אט אזוי האט דער גערער רבי באוויזן אז אין לויף פון קארגע 2 וואכן האט ער באוויזן צו שאפן שווערע צענדליגער מיליאנען פון היימישע גבירים אין אמעריקע, וואס דאס איז א באווייז אז אויב היימישע נגידים האבן דעם רצון דאן קענען זיי אויסהאלטן מוסדות התורה אן די הילף פון די פרייע ממשלה וואס זוכט נאר עוקר צו זיין די תורה הקדושה.
ר' יואל ברענגט ארויס פאר'ן רבי'ן אז אין ארץ ישראל זעלבסט זענען שוין ב"ה פארהאן אריבער הונדערט טויזענט תינוקות של בית רבן וואס זענען גענצליך אומאפּהענגיק פון די ארטיגע ממשלה, נאר ווערן פולקאם אויסגעהאלטן פון נדבות פון היימישע גבירים און בעלי צדקה, און ב"ה אז די דאזיגע מוסדות דארפן נישט צוקומען צו די טובות פון די ממשלה און ליידן נישט פון זייערע סאנקציעס.
און דעריבער בעט ער פון רבי'ן כעבדא קמא מרי' אז נאכדעם וואס דער רבי האט געמאכט אזא קידוש ה' מיט'ן ארויסגיין פון די ממשלה וואס וויל טשעפּן די לומדי התורה, וואלט אפשר געווען שוין די פּאסיגע צייט אז די ריזיגע ממלכה די קהלה און מוסדות הקדושים גור זאלן נישט דארפן זיין אפּהענגיק אין די ציוני'סטישע ממשלה וואס זייערע 'טובות' זענען נאר שלעכטס, און אז דער רבי שליט"א דער רבן של אלפים ורבבות מישראל בכל קצוי תבל וועט זיכער קענען באווייזן צו שאפן גבירים וועלכע וועלן גערן זיין גרייט אויסצוהאלטן די גערער מוסדות בכל לבם ונפשם, וואס אזא שריט פונעם רבי'ן דער גרעסטער חסיד'ישער מנהיג בדורנו וועט זיכער האבן א הילכיגן אפּקלאנג איבער די גאנצע וועלט און וועט משפיע זיין אויך אויף אנדערע דאס נאכצוטוהן.










































