top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכער שמחת נישואין בחצרות תולדות אהרן - קארלין לעלוב - זעליחוב

פרייטאג פ' בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר

 

בשמחה והתרגשות האבן זיך הונדערטער חסידי תולדות אהרן מיטגעפריידט ביי די געהויבענע שמחה בבית צדיקים, די שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים נאך א היבשע פאר יאהר וואס עס איז נישט געפראוועט געווארן א חתונה אינעם רבינס הויף בעיר השם שמה אין ירושלים.


עס איז געגאנגען אונטער די חופה א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יהושע אשר ראבינאוויטש שליט"א אדמו"ר מזעליחוב, מיט די חתן א זון פון הרה"צ ר' שלמה הכהן ראזענפעלד שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' אלי' זאלמענאוויטש זצ"ל מגארליץ.


ארום זעקס אזייגער נאך תפילת מנחה איז דער תולדות אהרן רבי אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים, וואו מ'האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות. מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א א קרוב מצב החתן.


ביי די מעמד החופה בחצר ביהמ"ד הגדול האט דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א מכבד געווען מיט סידור קידושין אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, קריאת הכתובה דער פעטער פון חתן הגה"צ אבד"ק עכו שליט"א, ברכות ראשונות דער זיידע פון חתן הרה"צ רבי יהושע אשר ראבינאוויטש אדמו"ר מזעליחוב, און ברכה אחריתא דער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב שליט"א, נאכן חופה האבן זיך די רבי'ס ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און די ברודער האדמור"ים מתולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק האבן זיך הארציג געזעגענט.


תיכף נאכן חופה איז געווען צוגעגרייט די סעודת החתונה בריווח פאר אלע חסידים, צום באשטימטן צייט איז דער רבי ערשינען צו די חתונה לקול תרועת השמחה, און זיך געוואשן צום סעודת החתונה, ווען די ציבור חסידים הייבן זיך מיט ריקודין של שמחה אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס, דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזעהן מערערע אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה. צוליב די וואוקס פונעם ציבור בלי עין הרע און מאנגל אין פלאץ אינעם גרויסן ביהמ"ד האבן די הונדערטער ילדי תשב"ר נישט מיטעגהאלטן די שמחת החתונה אין ביהמ''ד.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, עלטער פעטער פון חתן, ברכות ראשונות דער פעטער כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א און ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מלעלב ניקלשבורג שליט"א.


נאכן בענטשן איז מען צוגעטרעטן צום מצוה טאנץ ברגשי קודש, ווען מען זיך צוגעגרייט בהכנה דרבה צו די ריקודי קודש פונעם רבי'ן שליט"א, מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות א לענגערע צייט און דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער איבער די גרויסקייט פון די יעצטיגע זמן. דאן איז דער רבי צוגעטרעטן בשלהבת אש קודש און געטאנצן די ריקודין עילאין לפני הכלה, דערנאך מיטן חתן און די זיידעס און מחותנים.






































































Коментарі


bottom of page