מאנטאג פ' לךלך • ח' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בלום, ווידיאו קרעדיט: From The Rabbis
וחסידים ברינה יגילו, בראשית השנה, תחל שנה וברכותיה, אין א המשך צו די ימים טובים זמני שמחתינו זענען אצינד טויזנטער חסידים ואנשי מעשה אונטער דער רישומא דקדישא פון די לעכטיגע שמחה גדולה וואס מ׳האט זוכה געווען זיך מיטצופרייען בשמחתם פון די צוויי גרויסע מנהיגי ישראל כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אין כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א, וואס איז מתוך שמחה וחדוה געּפראוועט געווארן נעכטן מיטוואך בחוצות העיר וויליאמסבורג. עס איז געגאנגען אונטער דער חופה בשעטומ"צ די חתן אן אייניקל פונעם סקולענער רבי'ן בן לחתנו הגדול הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א אב"ד מאור הגולה און דיין אין די סאטמארע קהילה אין שטאט מאנטריאל, זון פון הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אשר אנשיל אשכנזי שליט"א אב"ד חוות דעת.
צו דער באשטימטער צייט זענען די אדמור''ים שליט''א און דער חתן און די מחותנים אריינגעקומען צום קבלת פנים אין בית המדרש הגדול סאטמאר; מ'האט געזינגען די דביקות׳דיגע ניגונים, אין הארציגע ניגוני התעוררות לבית סקולען. דערנאך מען געהערט דברי כיבושין והתעוררות פון הר"ר שמואל ביקל וועלכע האט מעורר געווען איבער די געהויבענע מינוטן ווען די הייליגע זיידעס פון די חתן־כלה, די קדושי עליון ואיתני תבל, קומען אראפ פון גן עדן זיך משתתף צו זיין בשמחת צאצאיהם.
די עדי כתובה זענען געווען: הנגיד מוה"ר ישראל דוב גאלדבערגער שליט"א פון קרית יואל און הרה"ח ר' יודא אשר ראטבארט הי"ו פון מאנטריאל. דאן זענען די רבי'ס און די מחותנים אריבער צום "באדעקן", צום "עטרת אברהם" זאל. דער מעמד החופה איז פארגעקומען ברחובה של עיר פארנט פונעם ביהמ''ד הגדול אויף ראדני סטריט.
עס איז אויפגעשטעלט געווארן פארענטשעס אויף די גאס קעגן איבער דער חופה פלאטפארמע פאר די בחורי חמד און צאן קדשים צו קענען מיטהאלטן די געהויבענע רגעים. דער מעמד החופה איז אנגעפירט געווארן דורך די מנגנים פון דער סאטמארער קאפעליע אין די משוררים פון חצר הקודש סקולען, מ'האט געזינגען דעם סאטאמרער "נענועים ניגון" מיט אלע אירע פעלער, אין נאך ווארימע סקולענער ניגונים. מיט סידור קידושין האט די זיידע פון חתן כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א מכבד געוועהן דער ראש בית אב די סאטמארער רבי שליט''א. די עדי קידושין זענען געווען הגה''צ רבי יוחנן וואזנער ראב''ד סקווירא אין הרה"ג ר' יוסף שטראססער דומ"ץ ביהמ"ד סאטמאר שכונת ווענהארן אין מאנטריאל. מיט ״כתובה ליינען״ איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד חוות דעת שליט"א, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די פעטער'ס הגה"צ אבד"ק ביסטריץ שליט"א, הגה"צ אבד"ק זענטא, הגה"צ אב"ד גבעת שאול, הגה"צ אב"ד מקור חיים אין הגה"צ אב"ד נעפלאמיץ שליט"א. מיט ברכה אחריתה איז מכובד געווארן די זיידע פון חתן כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א.
דאן האבן ביידע אדמור''ים שליט''א געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור וואס איז געקומען טיילנעמען אין דער שמחה, וואו דער מנהג האט כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א אנגעהויבן ''שלום עליכם די אבות הקדושים'' אין מאציל געוועהן מברכת קדשו. נאך דעם הילכיגן "אמן" איז זיך דער עולם פארגאנגען אין פרייליכע טענץ.
נאך דעם מחול לצדיקים ברחובות קרי' איז געווען צוגעשטעלט די "סעודת החתונה", אין די זאלן פון ויואל משה, וואו מען האט ערשט מקבל געוועהן דער סאטמאר רבי שליט"א בקול רנה וישועה, א קורצע צייט דערויף איז די זיידע די סקולענער רבי ערשינען במלוא הודו והדרו, ווערנדיג אויפגענומען בשירה וזמרה. במשך די סעודת החתונה איז דער ציבור האלפים דורך וואונטשן לחיים אין אזוי אויך זענען געקומען פילע חשוב'ע רבנים ואדמורי"ם אָפגעבן א ברכת מזל טוב פאר די גרויסע זיידע'ס האדמור''ים שליט''א, באזונדער האבן זיך אנגעזעהן די פעטער'ס האחים האדמור''ים לבית סקולען.
דאן איז מען צוגעטרעטן צו די הויכפונקט פון די חתונה נאכט, די געהויבענע ריקודין של מצוה וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר בשמחה וחדוה אינעם ריזן שאטער אין חצר פון בנין התלמוד תורה ויואל משה אויף בעדפארד עוועניו העכער די הייוועי. א ריזן ציבור פון טויזענטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן איבערגעפולט די גאנצע שאטער פון אלע זייטן, הויכשטאקיגע פארענטשעס פון פיר זייטן מלא וגדוש עד אפס מקום, ווען די אדמורי"ם און מחותנים זענען געזעצט געווארן אין צענטער פון היכל, די עסקנים האבן אריינגעלייגט כוחות עצומות צוצושטעלן דעם שאטער אויפ'ן בעסטן אופן וואס נאר שייך, עס זאל קענען ארייננעמען אין זיך דעם קהל האלפים.
לאנגע שעה'ן האבן אנגעהאלטן די פייערליכע טענץ, חסידים ואנשי מעשה היו מרקדין אומאויפהערליך. באזונדער האבן זיך אנגעזען דאס השתתפות פון א שיינעם ציבור פון מאנטריאל וועלכע זענען געקומען צו פארן ולשמוח בשמחתו פונעם אבי החתן הגה''צ אב''ד מאור הגולה. נאך וואס ביידע רבי'ס זענען ערשינען אינעם שאטער האט מען געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, און דאן האט מען אנגעהויבן די מצוה טאנץ, ווען בדחנא דמלכא הרב אלעזר קליין האט מקבל געווען את פני הקודש און אויסגערופן דעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. צווישן אנדערע האט ער דערמאנט די געוואלדיגע קשר וואס דער סאטמארער רבי שליט"א האט געהאט מיטן זיידן פון חתן הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע, סיי ביים גרויסארטיגן כינוס כלל ישראל למען קדושת ישראל, און אזוי אויך דורכאויס די יארן א אויסטערלישע נאנטשאפט און קשר עליון דאורייתא.
בגיל ורנן איז דער סאטמארער רבי צוגעטרעטן צו די ריקודין של מצוה אנגעכאפט מיט די מחותנים און ברידער און שוואגער כנהוג, דער רבי האט געטאנצן מיט גרויס התלהבות, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים מיטן געהויבענעם מחותן כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, ווען די גאנצע ציבור חסידים הייבן זיך אויף די פארענטשעס מיט א אומבאשרייבליכע שמחה וינועו אמות הסיפים.
דערנאך איז דער סקולענער רבי ארויס אויף א קורצע הפסקה, און מען האט אויפגערופן דעם זיידן הגה"צ אב"ד חוות דעת צו טאנצן מצוה טאנץ. דערנאך ווען דער סקולענער רבי איז צוריק אריין אין שאטער, האט דער לאנגיעריגער משמש בקודש הרב שמעון ישראל פריעד אויפגערופן דעם רבי'ן צום מצוה טאנץ מיט וואונדערליכע חרוזים. נאכן זינגען די ניגון התעוררות תפן אלינו ברחמים, איז דער סקולענער רבי צוגעגאנגען צום מצוה טאנץ און געטאנצן לעבעדיג באפיסת הכוחות. נאכן מצוה טאנץ האט זיך ווידער פארמירט א מחול לצדיקים, ווען דער סקולענער רבי איז ארויס אין א פייערליכע ריקוד מיטן געהויבענעם מחותן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
נאכ'ן סקולענער רבינ'ס מצוה טאנץ האט מען ווייטער פארגעזעצט מיט'ן אויסרופן די געהויבענע זיידעס און מחותנים צום מצוה טאנץ, און דערנאך חתן וכלה, עס איז שוין געוועהן קרוב לעלות השחר ווען מען האט פארענדיגט דער שמחה הרוממה.
Comments