top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויעטרוך נזר תפארה • הגאון רבי אהרן בראנדסדארפער מרבני ק"ק תולדות אהרן אויפגענימען אלס חבר בד"ץ העדה החרדית

מיטוואך פ' ויחי • ט"ו טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


א היסטארישע הכתרה איז פארגעקומען יעצט אויפדערנאכט אין די לשכת הביד"ץ פון די עדה החרדית בעיר הקודש ירושלים, וואו עס איז אויפגענומען געווארן א נייער חבר הביד"ץ לכהן פאר ולשמש בקודש בתורה ובהוראה, דער נייער חבר הביד"ץ איז הגאון הגדול אהרן בראנדסדארפער שליט"א דיין ומורה צדק פון קהל הקודש תולדות אהרן בעיר הקודש ירושלים.


הגה"צ ר' אהרן שליט"א איז באקאנט מיט זיין געוואלדיגע גאונות בתורה והוראה, צענדליגע יארן דינט ער שוין אלס מורה ודאין און טוט ענטפערן שאלות פאר אידישע קינדער, און מיט עטליכע יאר צוריק איז ער נתעלה געווארן על כס הרבנות, ווען ער איז נתעטר געווארן אלס דיין ומורה צדק פון תולדות אהרן בעיר השם שמה.


דער דיין ר' אהרן איז אן איידעם ביים גאון אדיר מרן רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל חבר ביד"ץ העדה החרדית ורב קהילת תולדות אברהם יצחק, און אצינד נאך לענגערע דיונים און אסיפות, איז באשלאסן געווארן דורך די שרי התורה חברי הביד"ץ העדה החרדית, אויפצונעמען דעם דיין ר' אהרן אלס חבר הביד"ץ, און זיין דער צווייטער דיין אין די עדה החרדית פון קהילת תולדות אהרן, נאכן ערשטן דיין הגה"צ ר' יעקב מענדיל יאראוויטש שליט"א חבר הביד"ץ.


די מעמד ההכתרה איז פארגעקומען יעצט ביינאכט אין די לשכת העדה החרדית, ווי אויך וועט פארקומען נאך א מסיבת לחיים במעון הקודש פון זיין גרויסן שווער הגאון האדיר ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל, וואו פילע אידן נאמני העדה החרדית וועלן קומען וואונטשן מזל טוב לכבוד המאורע.



bottom of page