זונטאג פ' פנחס • ט"ו תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע איז פאריגע וואך אפגעפלויגן קיין מאד אונגארן אויף מנוחת הנפש, איז דעם ערב שבת נאכמיטאג אנגעקומען צום דערנעבנדיגער שטאט קערעסטיר מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זיע"א, וואו די רבי איז געווארן אפגעווארט דורך די חשובע עסקנים נכדי הצדיק רבי ישעי'לע, די רבי שליט"א איז אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגה"צ ר' ישעי' רובין שליט"א אבד"ק קערעסטיר, און דערנאך אריין על הקודש פנימה צום קוויטל שטוב בביתו נאווה קודש פון הרה"ק רבי ישעי'לע זיע"א, וואו די רבי האט געצינדן לעכט און מתפלל געווען א תפילה חרישת לישועת הכלל והפרט.
דערנאך האבן די עסקנים ארומגעוויזן דעם רבי'ן שליט"א אינעם בנין הכנסת ארחים אין קערעסטיר מיט אלע אירע פליגלען, וואו דער רבי שליט"א וועט פראווען די קומענדיגע שבתים וויילענדיג אין אונגארן אויף אפרוה. אויף דעם שבת האט די רבי געוויילט במקום הנופש אין שטאט מאד מיט א ענגע צאל מקורבים און משמשים בקודש.
Comments