top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רייכע ש"ב לכבוד השמחה במעונו פון הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן דורך מקורבו הנגיד ר' אייזיק קנאפפלער

זונטאג פ' וישלח • י"ג כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן עלעגאנטע שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם ליל שישי אין עיה''ק ירושלים לרגל די שמחה הרוממה בחצרות תורת חכם - אשלג, די שמחת הנישואין פון החתן בן הגה''צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האד' מתורת חכם, די שבע ברכות איז פארגעקומען אויף א רייכע פארנעם אין די פראכטפולע 'עולמיא' זאל אין ירושלים מול מקום המוקדש, צוגעשטעלט דורך הנגיד ר' יצחק אייזיק קנאפפלער פון די נאנטע מקורבים ביים מקובל ומגדולי תומכי המוסדות.

במשך די שמחה האבן זיך משתתף געוועהן א צאל חשובע אדמור''ים ורבנים וועלכע זענען געקומען אפגעבן מזל טוב פארן חשובער מחותן, צווישן זיי: הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א, המשפיע הרה''צ רבי צבי מאיר זילבערבערג, כ''ק האדמו''ר מלעלוב ניקלשבורג שליט''א, הרה''צ רבי דוד אלתר בן האד' מגור, אין נאך פיל.


בשעת די שמחה האט הגה''צ רבי איטשע מאיר שליט''א געשאנקן א מתנה א הערליכע זילבערנע מנורה פאר ר' אייזיק כאות הוקרה והערכה פאר זיין געטריישאפט לטובת די מוסדות הקדושים אין פארן רבינס שטוב בפרט.
































































Comments


bottom of page