top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שר וגדול נפל בישראל • הגאון הישיש רבי אברהם ניסן ניימאן זצ"ל דומ"ץ וויזשניץ מאנסי למנוחות עולמים

פרייטאג פ' ויגש • י' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


שר וגדול נפל בישראל


מיט צער און טרויער ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה, איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, הרב הגאון הישיש רבי אברהם ניסן ניימאן זצ"ל דומ"ץ וויזשניץ מאנסי, וועלכער איז נפטר געווארן יעצט פרייטאג פארטאגס בשיבה טובה, אין טיפן עלטער פון צוויי און ניינציג יאר, געציילטע שעות נאכן באשיינען א שמחה במשפחתו.


אבידה היא שאין לה תמורה, מיט די פטירה פונעם וויזניצער דיין איז אוועקגעריסן געווארן א ריין צווייגעלע פון די אמאליגע דור, א איד וואס האט געלעבט ריין בתמימות לעשות רצון הבורא, זייענדיג אדוק ומקושר בלב ונפש צו זיינע גרויסע רבי'ס הרה"ק בעל אמרי חיים און הרה"ק בעל תורת מרדכי, מרא דכולא תלמידא מורה ודאין, וועלכער האט פאר די לעצטע זעכציג יאר נאכאנאנד משמש געווען אלס דיין ומורה צדק אין די וויזשניצע קהילה אין מאנסי, און געפסקנט שאלות להורות דבר השם זו הלכה.


טראץ זיין הויכן עלטער איז דער דיין אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש עד יומו האחרון, נעכטן דאנערשטאג האט ער נאך אנגעהאלטן זיין סדר היום, זיין קביעות'דיגער מנין תפילה במתינות, און אויפגענומען אידישע קינדער צו ענטפערן שאלות בכל חדרי התורה. אין די אווענט שעה'ן, נאך וואס דער דיין איז אהיימגעקומען פון א שבע ברכות פון א אור אייניקל, איז ער פלוצלינג אוועקגעפאלן נאכן ליידן פון א מאסיווע הארץ אטאקע, דער דיין איז געווארן אפגעפירט אין שפיטאל מיטן האפענונג צו קענען סטאבליזירן די מצב, אבער ליידער זענען די שערי רחמים געווען פארשלאסן, און ארום האלב נאך צוויי פארטאגס האט ער צוריקגעגעבן זיין ריינע נשמה ליוצרה, לדאבון לב אלפי חסידי וויזשניץ וכל בית ישראל.


די לוויה וועט ארויסגיין היינט 11:00 פארמיטאג פון ביהמ"ד הגדול 'לבוש מרדכי' אין שיכון וויזשניץ מאנסי, וואו עס זענען ערווארטעט זיך צו באטייליגן אלע אדמור"י בית וויזשניץ פון ניו יארק, און טויזענטער חסידים וועלכע וועלן קומען אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן שריד לדור דעה, וואו ער וועט געברענגט ווערן לקבורה אויפן וויזשניצע בית החיים אין מאנסי.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.



Comments


bottom of page