top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת הברית פון אייניקל ביים פוסק הדור בהשתתפות האד' מבוהוש

מאנטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן זינטאג איז פארגעקומען במעונו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א די שמחת הברית פון אן איר אייניקל, בן הנולד לנכדו האברך החשוב ר' משה ברים מחשובי חסידי בוהוש אין ירושלים, ביים ברית האט זיך משתתף געוועהן כ''ק האדמו''ר מבוהוש שליט''א וועלכע איז מכובד געווארן מיט ברכות וקריאת השם.


נאכן ברית איז אפגעראכטן געווארן א שולחן לחיים לכבוד די שמחה וואו דער פוסק הדור אין די רבי שליט''א האבן געשמועסט בדברי תורה אין זכרונות פון צדיקי בית רוז'ין פאר קרוב צו א שעה צייט, ונפרדו לשלום.































留言


bottom of page