top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קדוש היכליך • שמחת הברית בחצרות קרעטשניף - אמשינוב פארגעקומען פרייטאג בפניא דמעלי שבתא

זונטאג פ' שמות • י"ט טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם ערב שבת אחר חצות היום איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בחצרות הקודש קרעטשניף און אמשינוב, הרך הנולד זוהן פון הרב יואל זוסמאן ראזענבוים בן הגה"צ רבי חיים מרדכי ראזענבוים אב"ד קרעטשניף ביתר בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א און א איידעם פון הגה"צ רבי מרדכי האלפרין אב"ד קהל חסידים ביתר בן הגה"צ אב"ד ראדומישלא שליט''א פון רמות און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין בית המדרש הגדול אין קרית קרעטשניף רחובות מיט די השתתפות די פון געהויבענע זיידעס האדמורי"ם שליט"א.


אום 1:00 נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אנגעקומען קיין רחובות צום שמחת הברית, די עלטער זיידע די ראדומישלא רב איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, די פעטער הרה"צ רבי דוד משה ראזענבוים אב"ד קרעטשניף איז מכובד געווארן מיט כסא של אליהו, כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א האט געזאגט די ברכות, און די זיידע הרה"צ רבי מרדכי האלפרין איז מכובד געווארן מיט עמידה לברכות, ויקרא שמו בישראל: 'ישראל ניסן' נאך די זיידע כ"ק אדמו"ר בעל 'נועם ישראל' מקרעטשניף קרית גת זצ"ל.


נאכן ברית האבן די אדמורי"ם שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד די שמחה, כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א האט געזאגט תורה, און די אדמורי"ם שליט"א האבן געוונטשן לחיים פאר די בעלי השמחה, אום 2:30 נאכמיטאג האט זיך די אמשינובער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין בית וגן. 


די סעודת ברית איז פארגעקומען ביים טיש פרייטאג צונכאטס פונעם זיידן כ''ק האדמו''ר מקרעטשניף שליט''א אין רחובות.