top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כִּי מַלְאָכָיו יְצַוֶּה לָּךְ • האד' מסקווירא ארויסגעפארן קיין מאליבא קאליפארניע אויף אפרוה

מונטאג פ' ויחי • י"ג טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט מיטאג האט כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א פארלאזט ביתו נאווה קודש אין שיכון סקווירא אויפן וועג קיין מאליבא קאליפארניע ווי די רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואכן למנוחת הנפש.


אויפן וועג ארויס פון שטעטל איז די רבי שליט''א דורכגעפארן די בניני המוסדות, די ישיבה גדולה, ישיבה קטנה אין ביים בנין התלמוד תורה ווי די תלמידי המוסדות די בחורי חמד אין ילדי התלמוד תורה זענען געוועהן אויסגעשוהרט אין ארויסבאגלייט דעם רבין בשירה וזמרה, אויפן וועג צום טעטעבארא עירפארט וואו דעם רבינס פריוואטער פליגער האט זיך געהויבן קיין קאליפארניע.


נעכטן זינטאג נאכמיטאג האט די רבי שליט''א פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון אביו הרה''ק מסקווירא זי''ע אין פון אמו הרבנית ע''ה לקראת די נסיעה קיין צום מקום הנופש אין קאליפארניע אין דערנאך אויף די מסע קודש קיין קראקא.









bottom of page