top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כִּי בָא אוֹרֵך • האד' מוויז'ניץ וועט פראווען ערשטמאליגע שבת בקרב חסידי ויזניץ אין שטאט חיפה

מאנטאג פ' ויגש • ו' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


מטעם בית מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א איז געמאלדן געווארן, אז דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת ויחי הבא עלינו לטובה, וועט דער רבי שליט"א פראווענען א ערשטמאליגע געהויבענע שבת בקרב חסידי ויזניץ אין שטאט חיפה.


דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטערע יארן האט דער ויזניצער רבי שליט"א אויפגעהערט צו פראווענען שבתים בקרב חסידיו אין די שטעט אין ארץ ישראל, אצינד האט דער רבי באשלאסן ארויסצופארן קיין חיפה פראווענען א שבת, נאכדעם וואס אנדערש ווי אין די אנדערע שטעט וואס דער רבי האט שוין געפראוועט אמאל א שבת אינאיינעם מיט די חסידים, האט דער רבי נאכנישט געפראוועט קיין שבת מיט די חסידים אין שטאט חיפה.


די שבת איז ערווארטעט צו זיין א גאר געהויבענע איבערלעבעניש פאר כלל חסידי ויזניץ תושבי חיפה, נאך וואס אין די לעצטערע יארן איז די קהילה שטארק געוואקסן בליעה"ר באיכות ובכמות.


פארלעפענעם וואך איז די משמש בקודש הרב בן ציון שטאנגער אנגעקומען קיין חיפה ווי עס איז פארגעקומען אן אסיפת עסקנים, ביי וועלכן מען האט אויסגעשמועסט אלע פלענער און דעטאלן לקראת דעם געהויבענעם ביקור קודש.



Comentarios


bottom of page