top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסדי השם כי לא תמנו • האד' מסקולען באפרייט פון שפיטאל אין אריזאנע

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 9 בינו׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' וארא • כ"ז טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו


מיט גרויס דערלייכטערונג איז אויפגענומען געווארן די בשורה טובה ומרנינה פון אריזאנע אז כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א איז ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאל לשמחת לבם פון חסידי סקולען וכל בית ישראל, נאך גאנצע צוויי וואכן וואס דער רבי איז געוועהן האשפיטאליזירט נאך פארשידענע געזינטהייט קאמפליקאציע'ס.


יעצט נאכמיטאג איז דער רבי באפרייט געווארן פון שפיטאל נאך א שינוי לטובה אינעם מצב אדאנק תפילות ישראל, די רבי שליט''א האט זיך צוריק געקערט צום מקום הנופש אין טוסאן אריזאנע וואו דער רבי וועט זיךאויפהאלטן די קומעדיגע תקופה און זיך ווייטער ערהוילן בסייעתא דשמיא.


דער ציבור איז ווייטער מתפלל פאר די גענצליכע רפואה וחיזוק הכוחות פונעם רבי'ן מרן ישעי' יעקב בן רייזל בתוך שאר חולי ישראל.

תגובות


bottom of page