top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לך כנוס את כל היהודים • האד' מוויז'ניץ פאררופט אסיפה נחוצה פאר חסידי וויז'ניץ אין עמך

מוצאי שבת פ' שמות • כ"ה טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


הִקָּבְצוּ וְשִׁמְעוּ בְּנֵי יַעֲקֹב וְשִׁמְעוּ אֶל יִשְׂרָאֵל


אין א דראמאטישע שריט האט מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א היינט ביי שלש סעודות פאררופן א היסטארישע אסיפה כללית פאר כלל חסידי וויז'ניץ סיי די היימישע עולם אין סיי דעם אלגעמיינעם ציבור, וואו די רבי שליט''א וועט איבערגעבן דעם דבר השם ברמה וחובת השעה פאר איבער א וויכטיגן ענין וואס איז עומד על הפרק.


צוליב ניטל האט די רבי שליט''א נישט געזאגט קיין תורה ביי שלש סעודות, די רבי האט מיט קורצע דיבורים באטאנט אז ער האט א אישית'דידע פראבלעם וואס איז נוגע דעם גאנצן ציבור, אין אז ער וויל זיך דורכשמועסן מיטן עולם, דערביי האט די רבי שליט''א אפעלירט צו יעדן אשר בשם וויז'ניץ יכונה, מאנסיער חסידים, סערעטער חסידים, דזיקובער חסידים, קאסובער חסידים אין אזוי ווייטער, אין אזוי אויך דעם אלגעמיינעם ציבור - ידידים אין גוטע פריינד, צו דאס איז גור, סאטמאר בעלזא, כולם נקבצו ובאו יעדער וואס קען זאל זיך משתתף זיין אין דעם כינוס וחברך חברא אית ליה, די רבי שליט''א האט נישט אנגעגעבן פון וואס ער וועט רעדן, אין דער מטרה פון דעם כינוס איז דערווייל נישט קלאר.


דער כינוס וועט פארקומען קומענדיגן דינסטאג אויפדערנאכט אין ביהמ''ד הגדול אין קרית וויז'ניץ וואן די רבי שליט''א וועט אדרעסירן דעם ספעציעלן אסיפה, צוליב די ריזן ציבור וואס איז ערווארטעט סיי וויזניצער חסידים אין אויך עמך אידן, וועלן זיך די תלמידי הישיבות נישט משתתף זיין ביים כינוס אין ביהמ''ד.




תגובות


bottom of page