top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איבער א מיליאן דאלער געשאפן פארן נייעם בנין בית אסתר ביי מסיבה ביום כ"א כסלו בבית גאב"ד סאטמאר מאנסי

מונטאג פ' מקץ • כ"ח כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן עלעגאנטע מסיבה איז אפגעראכטן געווארן פארגאנגענעם וואך ביום כ''א כסליו יום הצלת מרן הרה''ק מסאטמאר זי"ע במעונו פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א אין די קייט פון א רייע סוקסעספולע קרן הבנין מסיבות אויפצוטרייבן די נויטיגע פאנדן צום אויפבוי פון נייעם מבצר חינוך הבנות "בנין בית אסתר" אין מאנסי.


עס איז געוועהן מיט די השתתפות פון קרואי מועד נדיבי לב, הורי ותומכי המוסדות וועלכע האבן ביישגעשטייערט פאנטאסטישע סכומים פארן נייעם בנין בית חינוך לבנות, די רב שליט''א האט משמיע געוועהן דברי ברכה לכבוד העם הנאספים אין עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער נואם בחסד עליון הרב שלום שרגא פאפלאנאש שליט''א.


נאכן מסיבה זענען די נגידים דורך איינציגווייז אין אונטערגעשריבן די שטרות מיטן רב שליט"א וואו עס איז בסך הכל געשאפן געווארן איבער א מיליאן דאללער לטובת דער קרן הבנין.










bottom of page