top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תעלוץ קרי': אלפי חסידים מיטגעלעבט זעלטן געהויבענע רבי'שע חתונה אין הויפן פון תולדות אהרן - קרעטשניף - קאסוב וויזניץ

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 12 בפבר׳
  • זמן קריאה 4 דקות

עודכן: 16 בפבר׳

מיטוואך פ' יתרו • י"ד שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין און שוקי לרר


מיט אומגעהויערע רגשי קודש של שמחה האבן טויזנטער חסידים זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע רבישע חתונה בחצרות תולדות אהרן - קרעטשניף - קאסוב וויזניץ וואס איז אפגעראכטן געווארן בקול רינה וצהלה אין א גרויסן ווערהאוז אין בית שמש וואס איז פארוואנדלט געווארן אלס פראכטפולער און גיגאנטישער "אולם החתונות" צו די צוויי גרויסע רבי'שע חתונות, די חתונה בחצר הקודש תולדות אהרן און די מארגנדיגע חתונה בחצר הקודש קארלין סטאלין.


בשעה טובה ומוצלחת איז געגאנגען אונטער די חופה החתן זוהן פון הגה"צ ר' איתמר ראזנבוים אבד"ק קרעטשניף בני ברק, בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, עב"ג הכלה תחי' בת קדושים טאכטער פון הגה"צ ר' ישראל יוסף קאהן ראש הכוללים באר יוסף, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און איידעם ביי הגה"ח ר' נטע פערל שליט"א מחשובי חסידי תולדות אהרן.


אום זעקס דרייסיג זענען די זיידעס פון חתן האדמורי"ם מקרעטשניף און קאסוב וויזניץ ערשינען צום מעמד הקבלת פנים, א קורצע צייט דערויף האט מען מקבל געווען פני כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, און עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין הרב פנחס גרינפעלד הי"ו. מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן די פעטער הגה"צ רבי דוד משה ראזענבוים אב"ד קרעטשניף.


דער מעמד החופה איז פאראיבער בהתעוררות רב, אויפ'ן שטח פארנט פונעם זאל. כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א איז נתכבד געווארן מיט סידור קידושין, עדי קידושין זענען געווען הגאון רבי אהרן בראנסדארפער חבר בד"ץ העדה החרדית, און הגאון רבי מרדכי אהרן האלפערט דומ"ץ שבט הלוי ומרבני ק"ק קרעטשניף, מיט קריאת הכתובה איז מכבוד געווארן די פעטער הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א, און מיט די שבע ברכות די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א. מ'האט זיך דערביי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, וואס האט יעדן אריינגעצויגן אין א שמחה'דיגע אַטמאספערע, דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן משמיע געווען קארצע דברות קודש בגודל מעלת וקדושת הזמן און אנגעוואונטשן דעם ציבור בברכות לרוב.


נאכן חופה האט די ציבור מיסב געווען צו די סעודת החתונה, אינעם השמחה איינגעטיילט איש על מחנהו ואיש על דגלו, ווי עס איז סערווירט געווארן א סעודה כיד המלך.


די זיידעס האדמורי"ם שליט"א זענען אויפגענימען געווארן לקול תרועת הזמר, און האבן זיך געוואשן צום סעודת מצוה. אין צענטער פונעם זאל האבן זיך די טויזנטער חסידים ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין לכבוד שמחת חתן און די שמחה בבית צדיקים, דורכאויס די שמחה האבן מהנה געווען בשירה וזמרה די קאפעליע דחסידי תולדות אהרן אין שפיץ פון ר' מאיר סטאריק, אינאיינעם מיטן בעל מנגן ר' מאיר אדלער און די משוררים בחצה"ק קרעטשניף. אין די זעלבע צייט האבן די חסידים זיך געשלענגעלט אין די רייע דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב ביי די זיידעס האדמורי"ם שליט"א.


בראש המסובים ביי די שמחה האבן זיך אנגעזעהן די פעטער כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וואס האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן, און א באזונדערע מחול לצדיקים מיט גיסו האדמו"ר מקאסוב וויזניץ, אזוי אויך די פעטערס האדמורי"ם מסאסוב, פרימישלאן, זידיטשוב ווערצקי, מבקשי אמונה, נחלת אהרן, הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן. האדמורי"ם מנדבורנא, נדבורנא ירושלים, בוהוש, לעלוב, וויזניץ בית שמש, דזיקוב וויזניץ, קרעטשניף סיגעט, אונגוואר, קרעטשניף קרית גת, טשערנוביץ, טרעבישאן, מיאלען, הגה"צ רב חסידי צאנז אין אמעריקא, הרה"צ רבי נחמן בידרמאן מלעלוב, הגה"צ רבי מרדכי האלפרין אב"ד קהל חסידים ביתר, הגה"צ רבי ישראל בערגער אב"ד מישקאלץ ירושלים, און נאך פיל.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע הגה"ח ר' נתן נטע פערל שליט"א, ברכות ראשונות די פעטער כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א, און ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א א מחותן מצד החתן.


כחצות הלילה האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פון די שמחה, די מצוה טאנץ, ווען דער בדחנא דמלכא ר' פנחס גרינפעלד הי"ו האט אויפגערופן צוערשט דעם זיידן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, וועלכער האט דאן געטאנצן לפני הכלה מיט מיט א התרוממות דקדושה און דערנאך א ריקוד מיט די חתן, מחותנים, די בני משפחת המלוכה, און א באזונדערע ריקוד מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א.


תיכף דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ אפגעראכטן די 'אשת חיל' ריקוד כנהוג, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה מיט אן עוז של שמחה, דערנאך איידער כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א האט צוגעטרעטן צום מצוה טאנץ, האט מען א לענגערע צייט געזינגן ניגוני התעוררות און דביקות כהכנה דרבה, דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברי התעוררות בגודל קדושת הזמן און געבעטן פון די משתתפים ביי די שמחה מ'זאל מען נישט כאפן קיין בילדער און נישט ארויסנעמען די כלים הטמאים, און אנגעוונטשן מברכותיו הטהורות. דאן האט דער רבי צוגעטרעטן צו דער עבודת הריקודין, און מיט א רגש אש קודש געטאנצן לפני הכלה, וינועו אמות הסיפים. בפרט ווען מען האט איבער געזינגען איין מאל און נאכאמאל "אין עוד מלבדו" מיטשלעפענדיג דעם גאנצן ציבור.


באזונדער איז די רבי געטאנצן מיטן מחותן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, און מיטן מחותן כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט"א, די געהויבענע ריקודין פונעם רבין שליט"א האט זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט בהתרוממות והתעלות מבואו ועד צאתו. דערנאך האט מען אויפגערופן די זיידע הגה"ח ר' נתן נטע פערל שליט"א, די מחותנים, און דערנאך חתן לפני הכלה, עס איז שוין געווען קרוב צו פיר אזייגער פארטאגס ווען מען האט געענדיגט די חתונה מיט פרייליכע ריקודין, ווען דער ציבור צוגייט זיך מיט רגשי קודש נאכ'ן מיטלעבן די שמחה רוממה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree



תגובות


bottom of page