top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול גור נדבת הנגיד ר' מאיר דוב כהן

מאנטאג פ' האזינו א' • כ"ה אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


טויזענטער חסידי גור האבן זיך נעכטן מיטגעפריידט בשמחת התורה, ביי די גרויסארטיגע מעמד הכנסת ספר תורה אין ביהמ"ד הגדול דחסידי גור אין ירושלים, וואס איז פארגעקומען אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן די ריקודין קדישין לכבוד התורה במעמד אלפי ישראל.


די ספר תורה איז נתנדב געווארן דורך הנגיד החסיד ר' מאיר דוב כהן, אשר ידיו רב לו בחיזוק וביצור קהילות ומוסדות דחסידי גור אלוועלטלעך. איבערהויפט האט ער אצינד מנדב געווען א פראכטפולע נייע היכל אין די בנין פון ביהמ"ד הגדול, לשמחת לב אלפי חסידי גור וואס קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש דורכאויס די יאר.


אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת האותיות בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, וואו דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און ווארעם אנגעוואונטשן דעם נדבן ובני משפחתו.


פינף אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען ווי געווענליך אויף תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, און דערנאך האט מען אריינגעברענגט די ספר תורה אין ביהמ"ד, ווען דער רבי שליט"א טאנצט מיט די ספר תורה בשלהבת אש קודש פאר לענגערע מינוטן, און די טויזענטער קעפיגער ציבור הייבט זיך אין לעבעדיגע טענץ בשמחת התורה.


דערנאך איז איינער פון די בני המשפחה מכובד געווארן פארצוזאגן לדוד מזמור, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פונעם גערער רבי'ן שליט"א, וואו דער רבי האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.































bottom of page