מיטוואך פ' נשא - י"א סיון תשפ"ג | קול בחצרות
צהלי ורוני יושבת ארצות הברית כי גדול בקרבך קדוש ישראל
מיט פרייד גרייטן זיך חסידי ויזניץ אין ניו יארק צו מקבל זיין את פני הקודש פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, וועלכער קומט צו פארן מהתם להכא צו באשיינען די שמחת החתונה במעון קדשו, שמחת החתונה פון די כלה א אייניקל ביים רבי'ן, בת לחתנו הרה"צ ר' יצחק טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא, מיטן חתן א זון פון הגה"צ ר' אברהם משה גרויס אב"ד קערעסטיר בערבעשט, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב זצ"ל.
דורכאויס די גאנצע וואך וואס דער רבי וועט זיין אין ניו יארק וועט די אכסניא זיין אין סקווירא שטעטל ביי הנגיד החסיד ר' אביגדור עסטרייכער, וואו חסידי ויזניץ תושבי ניו יארק און ניו דזשערזי וועלן האבן די זכיה זיך מסתופף צו זיין ביים רבי'ן, מיטהאלטן די תפילות, און אריינגיין אל הקודש פנימה להיפקד בדבר ישועה ורחמים. א ספעציעלע שאטער ווערט אויפגעשטעלט אין חצר פון די אכסניא, דער רבי מיט די חסידים זאלן קענען דאווענען די תפילות מיט הרחבת הדעת.
דעם קומענדיגן זונטאג נאכט וועט דער רבי ארויספארן אין וועג, מאנטאג אינדערפרי וועט די פליגער לאנדן אין ניו יארק, און דער רבי וועט צופארן לבית האכסניא, מאנטאג דורכן טאג וועט דער רבי פוקד זיין דעם ציון הק' פון דודו הגדול הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, און דעם ציון הק' פון בנו הרה"צ בעל אור שלום זצ"ל, דעם רבינ'ס מחותן, לכבוד די יארצייט וואס געפאלט יענעם טאג י"ז סיון.
מאנטאג אויפדערנאכט וועט דער רבי באשיינען די מעמד החתן מאהל, און א טאג דערויף די גרויסע שמחת החתונה וואס וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אינעם גרויסן שאטער אין סקווירא שטעטל, נאכן חופה וועט דער רבי אפרעכטן א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה אינאיינעם מיט די חסידים, אין די שאטער בחצר בית האכסניא.
מיטוואך אויפדערנאכט וועט געפראוועט ווערן די צענטראלע שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך כלל חסידי ויזניץ אין ניו יארק, די שבע ברכות וועט פארקומען אין די זאלן פון כתר צבי אין שטאט וויליאמסבורג, וואו די חסידים וועלן זיך מיטפרייען פערזענליך מיטן רבינ'ס שמחה פאר לענגערע שעה'ן נאכאנאנד.
שבת קודש פרשת בהעלותך שבת שבע ברכות וועט דער רבי באשיינען בראש השמחה אין סקווירא שטעטל, דער רבי וועט פראווענען די תפילות און טישן אויף א באשיידענע פארנעם, און מיטהאלטן טיילווייז די שמחת השבע ברכות און די עריכת השולחנות פון גיסו ומחותנו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
מאנטאג פרשת שלח וועט דער רבי זיך צוריקקערן למעון קדשו אין שיכון ויזניץ בני ברק, גייענדיג מחיל אל חיל לקראת די שמחת החתונה פון נאך א אייניקל, החתן הרב חיים מאיר בן הרה"צ ר' יעקב מרדכי האגער אב"ד ויזניץ אלעד, וואס קומט פאר ראש חודש תמוז בתוככי קרית מלך רב שיכון ויזניץ בני ברק.
וצדיקים ישמחו יעלצו לפני אלקים וישישו בשמחה.
留言