מיטוואך פ' אמור • ז' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעידט: ארי פריינד
מיט גרויס זארג איז אויפגענומען געווארן די בשורה לא טובה אז כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א איז היינט נאכמיטאג ווידער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און געפונט זיך אין נישט קיין גוטן געזונט צושטאנד. די רבי שליט"א האט זיך די וואך צוריקגעקערט פון דייטשלאנד וואו די רבי האט געוויילט דורכאויס די וואך לצרכי רפואה. היינט דורכן טאג האט זיך דעם רבינס מצב פארערגעט און אויפן ראט פון די דאקטוירים האט מען גענימען דעם רבי'ן שליט"א אין שפיטאל.
היינט בשעה 9:00 באנאכט וועט מען זיך צוזאמנעמען אויף אן עצרת תפילה והתעוררות איינצורייסן רחמי שמים לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א מרן שרגא פייוויש בן מלכה, וואו עס וועלן אויפטערטן מיט דרשות התעוררות דעם רבינס ברודער הגה"צ רבי חיים האגער אבד"ק זאליטשיק און חתנו כבנו הגה"צ רבי ישכר רובין שליט"א אבד"ק קאזניץ.
Comments