דינסטאג פ' כי תבוא - י"ב אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
היינט נאכמיטאג איז כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א איינגעפארן צו די 'לאנדאן קליניק' שפיטאל נאכן ליידן פון א שטארקע שוואכקייט די לעצטע טעג זינט שבת. אויפן ראט פון די דאקטוירים האט מען גענומען דעם רבי'ן אין שפיטאל, אויף א רייע אונטערזוכונגען. די רבי שליט''א וועט פארבלייבן איבערנאכט אין שפיטאל, מיטן האפענונג צו קענען דערגיין דעם אורזאך פונעם חולשה אין די רבי זאל וואס שנעלער קומען צו די כוחות. אידן איבער די וועלט זענען ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט''א מרן דוד בן סימא מירל בתוך שאר חולי ישראל.
Comentários