מיטוואך פ' בלק • י"א תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי
אלפי חסידי צאנז קלויזנבורג האבן מיט געגועים און בענקטשאפט אפגעראכטן דעם דרייסיגסטער יומא דהילולא פונעם רעיא מהימנא הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע וואס איז אויסגעפאלן ביום ט' תמוז.
דעם מאנטאג בעצם יומא דהילולא קדישא איז בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול צאנז-קלויזנבורג ארום איינס דרייסיג און געצינדן ליכט, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד ווי דאס דאווענען האט זיך פארצויגן עטליכע שעה. נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארטיילט לעקיך. נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, ווען אין די צייט איז צוגעשטעלט געווארן די סעודות הילולא בבנין ביהמ"ד הגדול. ניין דרייסיג איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום שולחן הטהור לרגל די יומא דהילולא וואו איז שוין געווען איבערגעפולט מלא על כל גדותיו מיט טויזענטער חסידים ואנשי מעשה, דער אויבנאן איז געווען באזעצט מיט פילצאליגע אדמורי"ם ורבנים. דער רבי האט געצינדן ליכט, דערנאך געמאכט א לחיים און געוואונטשן דעם ציבור, תיכף דערויף האט זיך דער רבי שליט"א געוואשן לרגל די יומא דהילולא קדישא, און געמאכט דעם סיום הש"ס וואס די חסידים האבן געלערנט דורכאויס דעם פארלאפענעם יאר לעילו נשמתו הטהורה פונעם בעל ההילולא.
נאכן סיום הש"ס האט דער רבי שליט"א משמיע געוועהן די פייערדיגע דברות קודש. ווי יאר יערליך האט דער רבי ארומגערעדט בפלפולי דאורייתא במשנתו פונעם בעל הילולא און נאך א לענגערע צייט האט דער רבי אנגעהויבן מיט דברי אגדה והתחזקות, דער רבי האט דערביי ארויסגעברענגט דאס געוואלדיגע שפלות רוח וואס האט זיך אנגעזען ביים רבין ז"ל. דער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט גערעדט בעניינים העומדים כל הפרק און זיך עקסטער באדאנקט פאר אלע אידן וועלכע העלפן ארויס די מוסדות הקדושים בכל קצווי תבל, מיסודם פונעם הייליגן בעל ההילולא זי"ע. דערנאך האט דער רבי שליט"א שטארק ארויסגעהויבן די חשובע בחורי הישיבות וואס האבן זיך געלאזט פארהערן אויף טויזנטער בלעטער גמרא תוס', ווי דער בעל ההילולא שרייבט אין זיין הייליגע צוואה אז מען זאל זיך פארהערן און פארטיילן פרסים און מעטר זיין די בחורים אין די טאג פון די הילולא.
עקסטער האט רבי שליט"א שטארק באדאנקט פאר די הונדערטער שותפים וואס האבן זיך משתתף געווען מיטן גרויסן סכום פון אכצן טויזנט דאללער און ארויף, פאר די צוויי בניני המוסדות אין ארצינו הקדושה און אדאנק די אידן האט מען שוין געהאט די מעגליכקייט צו שליסן מקח אויפן ערשטן בנין אין בני ברק און אזוי אויך טוט מען אין יעצטיגע טעג שליסן מקח אויפן צווייטן בנין אין ירושלים עיה"ק. דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די אלע מקומות ווי עס איז שוין פארגעקומען מסיבות פאר די מוסדות און געבעטן אז מען זאל ווייטער אנהאלטן די מסיבות למען הצלחת המוסדות בארץ הקודש. דאן האט דער רבי שליט"א מכבד געוועהן גיסו כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א מיטן בענטשן, און דער רבי האט פארטיילט די תעודות פאר די בחורי חמד וואס האבן זיך פארהערט אויף הונדערטער און טויזענטער בלעטער גמרא. ביים ענדע פונעם טיש האט דער רבי שליט"א געהייסן זינגען א ניגון לכבוד התורה און מען איז דורך באקומען כוס של ברכה מידיו הקדושות פונעם רבי'ן שליט"א.
Comments