top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגאון רבי משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבודקא וועט אונטערנעמען מסע חיזוק קיין לאנדאן

מוצאי שבת פ' כי תבוא - ט"ז אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


תושבי לאנדאן הבירה גרייטן זיך מיט התרגשות צו מקבל פנים זיין די געהויבענע גאסט משרידי דור הישן, גאון הדור וקדושו מזקני ראשי הישיבות בדורינו, הגאון הגדול ר' משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער קומט צו פארן אויף א בליץ באזוך קיין לאנדאן מחזק צו זיין די עולם התורה, און אויפטרייבן שטיצע פאר די ריזן תורה נעץ ישיבות הקדושות וכוללי האברכים בארץ הקודש.


די געהויבענע באזוך ברענגט ארויס גרויס פרייד ביי אלע שיכטן און קרייזן, אז מ'גייט האבן די זכיה צו מקבל פנים זיין אזא חשובער גאסט, וועלכער ווערט היינט פאררעכנט צווישן די גרעסטע לייבן אין די עולם התורה. די קורצע באזוך וואס וועט זיך פארציען פאר בלויז אכט און פערציג שעה, וועט זיין איין לאנגע קייט פון הרבצת התורה און חיזוק התורה, און טוט מחי' זיין טויזענטער אידישע קינדער הצמאים לדבר השם.


די הויכפונקט פון די נסיעה וועט זיין די צענטראלע שיעור, דרשת חיזוק והתעוררות לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים, וואס וועט פארקומען אין די הענדאן געגנט אין לאנדאן, אין די גרויסע הענדאן עדת שוהל, במקהלות אלפי ישראל וואס וועלן זיך קומען מחזק זיין תחת דגלו והדרכתו פונעם ראש ישיבה.


די צענטראלע דרשה וועט זיין דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת נצבים וילך אויפדערנאכט, און דערנאך וועט זיין ספעציעלע שעות פאר קבלת קהל, אריינצוגיין צום ראש ישיבה ערהאלטן א ברכה לקראת די ימים הנוראים.


אויסער דעם וועט פארקומען א פראכטפולע באנקעט לטובת די ריזן תורה נעץ בארץ הקודש, אין שטוב פונעם בארימטן פילאנטראפ און תומך תורה, הנגיד ר' לייבי לעווינסאן, וועלכער עפנט זיין שטוב מיט א ברייטקייט לכבוד די חשובע גאסט, און ארויסצוהעלפן און מחזק זיין די לומדי תורה.



Comments


bottom of page