פרייטאג פ' נצבים וילך • כ"ב אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
שטייענדיג געציילטע טעג איידער די הייליגע טעג וואס שטייען שוין ביים שוועל, האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין א ערשטמאליגע און היסטארישע פארנעם, ממנה געווען זיינע חשובע קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, ארויסצופארן לכבוד יום טוב בקרב קהילות הקדושות דחסידי סאטמאר אלוועלטליך, צו זיין דער שליח ציבור ושלוחא דרחמנא, מעלה צו זיין די תפילות הנשגבות בכח זכות אבותיהם הקדושים.
ווי באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געשיקט בנו הגדול הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר ירושלים און קרית יואל, לעמוד בראש העדה אלס רב ומנהיג רוחני פאר די קהילה אין קרית יואל, דער רב שליט"א וועט אצינד צום ערשטן מאל פראווענען די געהויבענע יום טוב ראש השנה בקרב בני קהילתו אין קרית יואל, און דאווענען די תפילות אינעם גרויסן איבערגעבויעטע צענטראלע בית המדרש אויף 5 גארפיעלד.
העפטיגע הכנות קומען פאר אין די טעג אהערצושטעלן די ביהמ"ד על צד היותר טוב מיט די מאקסימום פלעצער, גאנצע צוויי טויזענט זיצן ווערן צוגערישט אין די היכל הביהמ"ד און אלע זייטיגע שטיבלעך, און נאר בענק וועלן אנפילן די גאנצע היכל, צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור.
דער רב שליט"א וועט יורד זיין לפני התיבה צו די תפילות המוספים, משמש זיין אלס בעל תוקע, און אויפטרעטן מיט די צענטראלע דרשה פאר תקיעות שופר, לעורר הלבבות לתשובה ותיקון המעשים כנהוג.
דער צווייטער זון פון רבי'ן הגה"צ ר' יעקב בער אב"ד סיגעט, וועט ווי באריכטעט דאווענען פארן עמוד די תפילות השחריתים אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, בצל אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער וועט ווי יאר יערליך דאווענען די תפילות המוספים כנהוג.
דער דריטע זון פון רבי'ן הגה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א, וועט ארויספארן בשליחות הקודש קיין ארץ ישראל, און פראווענען א געהויבענע יום טוב בקרב חסידי סאטמאר אין ירושלים עיר הקודש, די תפילות וועלן פארקומען אינעם גרויסן פראכטפולען היכל בית המדרש אהל רחל אין ירושלים, און הגה"צ ר' יואל וועט יורד זיין לפני התיבה צו די תפילות המוספים, משמש זיין אלס בעל תוקע, און אויפטרעטן מיט די צענטראלע דרשה פאר תקיעות שופר, לעורר הלבבות לתשובה ותיקון המעשים כנהוג.
דעם רבינ'ס זון הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א, וועט ארויספארן בשליחות הקודש קיין קרית יטב לב אין בלומינגבורג, די תפילות וועלן פארקומען אינעם גרויסן היכל בית המדרש בית יהושע דקהל יטב לב, הגה"צ ר' אהרן וועט יורד זיין לפני התיבה צו די תפילות המוספים, משמש זיין אלס בעל תוקע, און אויפטרעטן מיט די צענטראלע דרשה פאר תקיעות שופר, לעורר הלבבות לתשובה ותיקון המעשים כנהוג.
היה עם פיפיות שלוחי עמך בית ישראל
Kommentare