top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אש של תורה • טויזנטער תושבי מאנסי מיטגעהאלטן שיעור כללי דורך הגאון רבי דוב לנדא ראש ישיבת סלאבודקא

מונטאג פ' שלח - כ"ג סיון תשפ"ג | קול בחצרות


א ווייטערדיגע באריכט פונעם מסע חיזוק פון הגאון הגדול רבי דוב לנדא שליט''א ראש ישיבת סלאבודקא אין ניו יארק.


מיטוואך נאכמיטאג נאכן באזוך אין די גרויסע לעיקוואד'ע ישיבה איז די ראש ישיבה אפגעפלויגן מיט א העליקאפטער קיין פילעדעלעפיע ווי דער ראש ישיבה האט איבערגעגעבן א שיעור אין די ארטיגע ישיבה, ווי אויך איז דער ראש ישיבה געוועהן אויף ביקור חולים ביים זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי שמואל קאמינעצקי ראש ישיבת פילעדעלפיע, ווי די ראשי הישיבות האבן פארפירט א לענגערע תורהדיג'ע שמועס, אויך האט זיך פארצויגן א שמועס איבער הגאון הגדול רבי יוסף שער הי"ד שווער פונעם סלאבעדקע ראש ישיבה מיט וועם די פילעדעלעפיע ראש ישיבה האט געלערנט אלס בחור אין די ישיבה אין סלאבאדקע.


דאנערשטיג צופרי נאך שחרית איז די ראש ישיבה ארויסגעפארן קיין מאנהעטן, אויף א באזוך אין תלמוד תורה חפץ חיים, ווי די תלמידי התלמוד תורה האבן ענטפאנגען דעם חשובן אורח בשירה וזמרה, די ראש ישיבה האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די ילדי החמד און דערנאך זענען די קינדער אדורך ביים ראש ישיבה באקומען ברכת קדשו, פונעם תלמוד תורה איז די ראש ישיבה אריבער צום כולל 'ישראל ושמשון' אין שטאט און איבערגעגעבן א טיפזיניגע שיעור פאר די צענדליגער יונגעלייט ותושבי המקום, שפעטער אויפדערנאכט האט זיך די ראש ישיבה צוריק געקערט קיין מאנסי.


פרייטיג צופרי האט די ראש ישיבה איבערגעגען א לומדישע שיעור אין די סוגיא פון 'חיוב לינה בנשים אחר הבאת קרבן', אין די גרויסער אטריום זאל וועלעכע איז געווען איבערגעפילט מיט טויזנטער תושבי העיר אין שפיץ פון רבנים חשובים וטובי הלומדים וועלכע האבן געשטראמט אין די מאסן לשמוע את דבר ה' ביים ספעציעלן שיעור וואס האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו א שעה צייט ווען די ראש ישיבה איז מפלפל אינעם סוגיא כדת של תורה הוא מותיב והיא מפרק לה, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי חיזוק פאר די יונגעלייט לומדי תורה, דערנאך איז די ראש ישיבה אנגעקומען צום ישיבת היכל התורה אין מאנסי ווי ער איז אויפגענימען געווארן דורך די ראש ישיבה הרה''ג רבי מרדכי דיק, און איבערגעגעבן א שיעור פאר די צענדליגער בני הישיבה השותים בצמא את דבריו.













Comentarios


bottom of page