top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קביעת מזוזה במעון הקודש פון האד' מבעלזא פאר נייע 'שמגר שאפינג צענטער' אין קרית בעלזא

דינסטאג פ' כי תצא - ה' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.


נעכטן אויפדערנאכט איז פארגעקומען א אייגענארטיגע מעמד קביעת מזוזה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אין קרית בעלזא ירושלים, וואו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט אריינגעלייגט די מזוזה וואס וועט ווערן ארויפגעשטעלט אויף די הויפט טויער פון די נייע שמגר שאפינג צענטער, אקעגן איבער קרית בעלזא אין ירושלים.


דאס קומט נאכדעם וואס די בעלי בתים פונעם שאפינג צענטער האבן געמאלדן אז זיי וועלן זיך פולקאם צושטעלן צו די הוראות פונעם וועד 'ושכנתי בתוכם' וואס איז לעצטעס געגרינדערט געווארן דורך רבני ק''ק בעלזא.


דער בעלזא רב האט אריינגעלייגט די מזוזה אין די האלטער, און ווארעם אנגעוואונטשן מברכות קדשו הצלחה און סייעתא דשמיא. מארגן מיטוואך וועט הגה"צ ר' חיים צבי שפירא שליט"א ראב"ד מחזיקי הדת בעלזא קובע זיין די מזוזה אויפן הויפט טויער פון די נייע שאפינג צענטער, בברכתו הטהורה פונעם בעלזא רב שליט"א.







تعليقات


bottom of page