top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע פארגרעסערטע סוכה אויף דעם זמן שמחתינו בחצר הקודש טאהש

מיטוואך פ' וזאת הברכה • י"ב תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


נאך די לעצטערע תקופה וואס עסקני חצר הקודש טאהש לייגן אריין איבערמידליכע כוחות צוצושטעלן אלע געברויכן און צוגעהערן, ספעציעל פאר די הונדערטער געסט וואס קומען וויילן אויף די ימים טובים בצל הקודש, איז אין די יעצטיגע טעג צושטאנד געקומען פרישער פלענער, צוליב די גרויסע געדרענג אין די ביז יעצטיגע סוכה בביתו נאוה קודש, האט זיך אין די טעג אנגעפאנגען די בוי ארבעט אויפצובויען מיט א בליץ שנעלקייט א גרויסע סוכה, וואס וועט גענוצט ווערן פאר די שלחנות הטהורות בימי חג הסוכות הבעל"ט, די סוכה ווערט אויפגעבויעט נעבן די בנין בית המדרש הגדול, אויפן זעלבן פלאץ ווי ס'איז געשטאנען די גרויסע סוכה אין די לעצטערע יארן בהלו נרו על ראשינו פון הרה''ק מטאהש זי''ע מיט געניג פלאץ צו קענען ארייננעמען אזא ריזן ציבור.













bottom of page