זונטאג פ' בא • ד' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
די וואך ליל שישי איז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אנגעקומען צום ביהמ''ד הגדול צאנז קלויזענבורג אויף א באזוך אינעם נייעם איבערגעבויטן היכל התורה, וואס איז אין די טעג פראכטפול איבערגעבויעט געווארן אויף די אונטערשטע שטאק פון ביהמ"ד, די רבי איז אראפגעקומען אין באגלייטונג פון דעם נדבן ההיכל אין די בוי-מייסטער פונעם פראיעקט הרבני הנגיד הר"ר אליהו האפמאן.
די רבי האט ארויסגעברענגט קורת רוחו אין התפעלות ווי שיין מען האט אהערגעשטעלט דעם היכל התורה לרחבת הלומדים מען זאל קענען לערנען מיט הרחבת הדעת, סיי די כולל ערב, כולל בוקר, אין די קובעי עיתים אין ביהמ"ד, די רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די גאנצער היכל, אין דערנאך אריבער צו די צווייטער חלק וואס די נדבן ר' אלי' האט אויך יעצט איבערגעמאכט, די קאווע צימער, די פאליש אין נאך, די רבי האט מאציל געוועהן ברכות לרוב פאר די נדבן ר 'אלי' אין פאר זיין פאטער ר' גדלי' האפמאן.
Comentários